אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חנינא הורוויץ"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022
רבי חנינא הורוויץ זצ"ל (ה'תקפ"ב - ב' חשוון ה'תרמ"ב), רב אין אולינוב.
אפשטאם
רבי חנינא איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשוב.
רבנות
פון יאר ה'תרל"ב איז רבי חנינא געווען רב אין אולינוב.
הסתלקות
רבי חנינא איז נפטר ב' חשוון ה'תרמ"ב.
פאמיליע
רבי חנינא האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. זייערע קינדער:
- הרב חיים יעקב הורוויץ (ה'תרי"א - ה'תרע"ה (אומגעפער) ), ממלא מקום פון פאטער, רב אין אולינוב.
- די ווייב פון הרב יהושע פרענקל.
- די ווייב פון הרב יחיאל וואגשאל (ה'תקפ"א - כ"ז מנחם אב ה'תרמ"ג), רב אין פריסטיק.
- די ווייב פון הרב מרדכי דוד טייטלבוים.
- מרת אסתר, די ווייב פון הרב צבי הירש שפירא, דער דרכי תשובה.
- מרת פרידא, די ווייב פון הרב אפרים זלמן רוקח.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר