אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאלשע געלט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=money that was created illegally|דייטש=Münzen und Geldscheine, die gesetzliche Zahlungsmittel imitieren sollen oder nicht von der jeweiligen Zentralbank autorisiert sind|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = money that was created illegally|דייטש=Münzen und Geldscheine, die gesetzliche Zahlungsmittel imitieren sollen oder nicht von der jeweiligen Zentralbank autorisiert sind|}}
'''פאלשע געלט''' איז אן אנגייענדיגער פראבלעם אין וועלכע שווינדלער פרינטן פאלשע געלטער וועלכע גייט דערנאך אריין אין צירקולאציע.
'''פאלשע געלט''' איז אן אנגייענדיגער פראבלעם אין וועלכע שווינדלער פרינטן פאלשע געלטער וועלכע גייט דערנאך אריין אין צירקולאציע.



יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:10, 26 אקטאבער 2023

פאלשע געלט איז אן אנגייענדיגער פראבלעם אין וועלכע שווינדלער פרינטן פאלשע געלטער וועלכע גייט דערנאך אריין אין צירקולאציע.

וואלוטע זיכערהייטן

די מינט דעפארטמענט ווייסט אויך פון דעם סוד אז יוגנטליכע און אויך פראפעסיאנאלע גנבים מאכן נאך געלטער און האבן דערפאר א ספעציעלע שטאב מיט עקספערטן וועלכע געבן זיך אפ מיט'ן פראדוצירן די וואלוטע מיט די מאקסימום זיכערהייט מאסנאמען וועלכע עס זאל זיין שווער נאכצומאכן. פון עטליכע פיס ווייט וועט א מענטשליכער אויג נישט באמערקן קיין חילוק צווישן אן עכטע און א פאלשע באנקנאט, אבער איינמאל מען קוקט דערויף פון דער נאנט דארף מען שוין נישט זיין קיין גרויסער עקספערט צו באמערקן די פאלשקייט.

פארשטייט זיך אז די פראפעסיאנאלע פעלשער מאכן א בעסערע דזשאב ווי די יוגנטליכע וועלכע טוען דאס מער פאר אינטערעסאנקייט ווי צו באגיין א פארברעכן[מקור פארלאנגט]. נאכגעמאכטע געלטער פון פראפעסיאנאלע שווינדלער קען מען שווער באמערקן און טיילמאל וועלן עס אפילו די מאשינען נישט אויפכאפן. די מינט דערפארטמענט איז נישט באזארגט איבער די יוגנטליכע כאטש זיי פראדוצירן זייער אסאך פאלשע געלט ווייל אין רוב פעלער כאפט מען זיי גענוג שנעל נאך איידער עס איז געווען א שאנס עס זאל זיך ערנסט צעשפרייטן. אבער מיט די פראפעסיאנאלע פעלשער קען מען זיך שווער אן עצה געבן ווייל ווי פארגעשריטן די מינט דעפארטמענט ווערט, אלס מער פארגעשריטן ווערן זיי.

לאמיר ערשט געבן א בליק אויף דעם באנקנאט און זען וואספארא סודות עס ליגן דארט באהאלטן:

די ערשטע זאך וואס יעדער באמערקט ווען מען נעמט אן אמעריקאנער באנקנאט אין די האנט איז די דינע פעדימער וועלכע זענען אויסגעלייגט ווי קליינע שלענגעלעך צווישן די צוויי פאפירן. די פעדימער זענען אריינגעקלעפט צווישן די צוויי טיילן פון דעם באנקנאט וועלכע איז כמעט נישט מעגליך נאכצומאכן אין רעאליטעט אבער דער סקענער אנדעקט באלד די אלע קלייניקייטן כאטש זיי טוישן די קאלירן און געבן געוויסע עפעקטן וועלכע קענען נישט געזען ווערן מיט'ן מענטשליכ'ן אויג.

יעדעס באנקנאט האט אויך באהאלטענע בוכשטאבן אויף פארשידענע ערטער און רוב באנקנאטן האבן אויך גאלדענע גלאנצנדיגע נומערן אדער בוכשטאבן. אבער די אלע מאסנאמען זענען שוין היינט גארנישט ווערט ווייל יעדע קלארע סקענער כאפט אויף די אלע סודות און מייקראפרינטינגס און אויב מען פארגרעסערט דאס מיט'ן קאמפיוטער קען מען דאס קלאר זען.

דער הויפט שוועריקייט נאכצומאכן באנקנאטן הייבט זיך אן ביים פרינטן. א גוטע סקענער האט יעדער צווייטער, אבער א גוטע פרינטער וועלכע קען פרינטן די אלע מייקראפרינטס איז כמעט נישט בנמצא. דער פרינטער וועט נעמען אלע דעטאלן און מאכן דערפון איין גרויסע קוגל און מען וועט שנעל קענען באמערקן אז די געלט איז פאלש. נאך א פראבלעם וואס דורכשניטליכע פרינטערס האבן איז, ווען עס קומט צו שטארק ליכטיגע פרינטינג. א נארמאלע פרינטער קען נישט פרינטן אזעלכע ליכטיגע קאלירן און וועט דאס אויטאמאטיש מאכן טונקעלער.

וויאזוי אימער, זענען אבער פאראן פרינטערס וועלכע קענען יא טאן א גוטע דזשאב און מען וועט כמעט נישט דערקענען קיין חילוק סיידן מען נוצט א פארגרעסערונג גלאז. די סארט פרינטערס זענען זייער טייער אבער פאר די פארברעכערס איז עס ווערט דאס געלט...

וואלוטע פאפיר

שטודיעס ווייזן אז רוב פאלשע באנקנאטן ווערן אויסגעגעבן ביינאכט אין פלעצער וואו עס איז טונקל ווי רעסטוראנטן, טעקסיס, א.ד.ג. ווייל דעמאלט קען מען שווערער באמערקן די פאלשקייט פונעם פרינט. אבער א געשליפענער סוחר וועלכער האלט געלט אין זיין האנט א גאנצן טאג וועט באלד שפירן אז עפעס איז פארדעכטיגט דורכ'ן אנכאפן דעם פאפיר. געלט האט א געוויסע שפירונג אין די הענט וועלכע יעדער ווייסט צו זאגן און די וואס האלטן דאס אסאך אין די הענט וועלן דאס שנעל אנטדעקן.

עס זענען פאראן דריי הויפט זאכן וועלכע מאכן דעם באנקנאט שפירן אנדערש ווי אנדערע פאפיר. זיי זענען:

1) ארגינעלע פאפיר וועלכע מיר נוצן און אונזערע היימען און אפיסעס זענען געמאכט פון האלץ אפפאל שטויב וועלכע מען נעמט פון ביימער. די פאפיר פון געלט איז געמאכט פון קאטאן (באוול) און אנדערע פלאקס פייבערס וועלכע ווערט אנגערופן רעדזש פאפיר.

די רעדזש פאפיר איז שטארקער און וועט זיך נישט אזוי שנעל צורייסן. אויך וועט זיך עס נישט צומאלן פון וואסער (אויב מען וואשט דאס אויס בטעות) ווייל עס איז צוזאמענגעשטעלט אזויווי סחורה און נישט דורך קלעב.

2) די וואלוטע פאפיר איז אסאך דינער ווי אנדערע פאפיר לויט איר שטארקייט.

3) ווען דער וואלוטע ווערט געפרינט ווערט עס נאכמער צודריקט דורך א ספעציעלע געהיימע וועג פון פרינטן וועלכע לייגט ארויף טויזענטער פונט פון דרוק. דער דורק פון פרינטן בלייבט טאקע נישט צו לאנג און איינמאל עס הייבט אן צירקולירן ווערט עס דאפעלט די סייז.

צו באקומען די ריכטיגע פאפיר איז זייער שווער אבער איז פארט דא צו באקומען אין די אונטערוועלט מארקעט. די פראפעסיאנאלע פעלשער זענען פארבינדן מיט פאפיר פירמעס וועלכע שטעלן זיי צו די נויטיגע פאפירן אונטערן טיש. איינמאל דער פאפיר שפירט שוין געהעריג אין די הענט איז שוין דאס דרוקן א קליינע פראבלעם ווייל רוב מענטשן באטראכטן נישט קיין געלט צופיל אבער וועלן עס יא שפירן אין די הענט.

אין די לעצטע יארן זענען א גרופע שווינדלער פון אויסלאנד אויפגעקומען מיט א נייעם געדאנק. זיי האבן גענומען עכטע באנקנאטן אין קלענערע בילס און דאס איינגעטונקן אין בליטש וועלכע האט אינגאנצן ארויסגענומען די פארב נאך עטליכע טעג. איינמאל דער פאפיר איז געווען ליידיג און אויסגעטרוקנט האבן זיי ארויפגעדרוקט גרויסע בילס דערויף. אין אנדערע ווערטער האבן זיי געקענט מאכן פון אן איין דאלאר ביל א הונדערטער און פארדינט 99 דאלאר. זייער געדאנק האט געארבעט און לויט ווי מען שאצט האבן זיי אריינגעשווערצט צווישן 20 און 30 מיליאן דאלאר אין א משך פון עטליכע יאר ביז אויספארשער האבן געכאפט וואס זיי האבן געטאן.

אין אמעריקע גייט דאך אלעס פובליק און די גאנצע גאס האט געליינט אין די נייעס אז פארברעכער האבן געפעלשט געלט דורך אראפנעמען די אלטע דרוק און דאס איבערגעדרוקט אויף גרעסערע באנקנאטן. מער ווי דעם האט נישט אויסגעפעלט און טויזענטער יוגנטליכע האבן אנגעהויבן נאכטאן דאס זעלבע. איינעם איז דאס געגאנגן און איינעם נישט און פרישע מיליאנען פאלשע דאלארן זענען ווידער אריין אין די צירקולאציע.

די מינט דעפארטמענט האט זיך אן עצה געגעבן מיט דעם אויך און האבן אריינגעשטעלט א גאלדענע שטריך אין די ברייט פון רוב באנקנאטן וועלכע עס איז אוממעגליך אינגנאצן צו באזייטיגן. נאכמער, די שטריך איז אזוי געמאכט אז איינמאל מען רירט צו דערצו טוישט זיך דער קאליר צו גרין און דעמאלט איז שוין דער באנקנאט גארנישט ווערט.

נאך א זאך וואס די מינט דעפארטמענט האט צוגעלייגט און האט אויך אסאך געהאלפן צו דעם פראבלעם איז א וואסער-צייכן בילד אויף די קלענערע באנקנאטן וועלכע אנטהאלטן דעם מענטשליכן בילד פון דעם באנקנאט צווישן די צוויי פאפירן און קען נאר געזען ווערן פון איין זייט.

די אלע מאסנאמען וועלן נאכמער העלפן עווענטועל אבער דערווייל צירקולירן נאך אסאך פון די אלטע באנקנאטן און מען קען זיי גרינג פעלשן דורך דעם אויבנדערמאנטן וועג.

וויאזוי מען כאפט די פעלשער

טויזענטער פעלשער ווערן געכאפט יעדעס יאר דורך לאקאלע פאליציי און דורך די סיקרעט סערוויס (די סיקרעט סערוויס האט צוויי פליכטן: היטן דעם פרעזידענט און נאכגיין געלט פעלשער). רוב פון די וואס ווערן געכאפט זענען יוגנטליכע וועלכע מאכן נישט קיין גוטן דזשאב אדער געבן עס איבער צו אנדערע יוגנטליכע וועלכע אלאמירן די פאליציי.

די פראפעסיאנאלע געלט פעלשער ווערן נאכגעגאנגן דורך די סיקרעט סערוויס מיט די הילף פון די לאקאלע פאליציי און אנדערע לאו ענפארסמענט אגענטורן. אזא אויספארשונג קען געדויערן יארן לאנג און הונדערטער אגענטן און פאליציי זענען טיילמאל פארמישט אין איין מיסיע.

די פראפעסיאנאלע פעלשער האבן ספעציעלע וועגן וויאזוי אריינצושווערצן זייערע פאלשע באנקנאטן אן דעם מען זאל זען אז עפעס איז פארדעכטיגט. אבער "סוף גנב לתליה", יעדער מאכט אמאל א טעות און אויך פראפעסיאנאלן מאכן טעותים און איין טעות ברענגט זיי אונטער די אייזערנע גראטעס.

די מינט דעפארטמענט האלט אויך אן אבזערווירנדן אויג דורכ'ן סקענען אלע באנקנאטן וועלכע צירקולירן אדורך זייער דעפארטמענט. אין א נארמאלע יאר צירקולירט דורך ארום 24.5 ביליאן דאלאר פון וועלכע איבער העלפט זענען 1 דאלאר באנקנאטן וועלכע ווערט דאס מערסטע באנוצט צווישן די מאסן. יעדע 1 דאלאר באנקנאט האלט בערך 18 מאנאטן און צירקולירט דורך די מינט דעפארטמענט 4 אדער 5 מאל פער יאר דורכשניטלעך. א 100 דאלאר באנקנאט איז די ווייניג גענוצטע באנקנאט און האלט טאקע לאנגע יארן. א הונדערטער צירקולירט נאר איינמאל אין 4 יאר.

ווען די מינט דעפארטמענט דערווישט א פאלשן באנקנאט הייבן זיי אן א אויספארשונג. אויב עס קומען נישט נאך פון די זעלבע בענק דעמאלט מאכן זיי נישט קיין עסק. אבער אויב זיי זעען אז עס שטאמט פון איין מקור (לאמיר זאגן איין שטאט אדער געגענט) אדער אויב די באנקנאטן זענען נאכגעמאכט אויפ'ן זעלבן וועג, דעמאלט מישט מען אריין די סיקרעט סערוויס אין די לאקאלע פאליציי פון יענע געגענט און אן אויספארשונג הייבט זיך אן.

יעדע באנק און ווענדינג מאשין קען אויך דערווישן א פאלשן באנקנאט ווייל די טינט אין רוב באנקנאטן האבן א געוויסע טייל מאגנאט וועלכע די מאשינען מוזן דערשפירן אויב נישט וועט עס צוריק אויסשפייען דעם באנקנאט. אבער א גוט נאכגעמאכטן דאלאר וועט יא דורכגיין ווייל א מאשין איז דאך נאר א מאשין. די סקענערס וועלכע די מינט דעפארטמענט און גרעסערע בענק נוצן קענען אבער נישט אויסגענארט ווערן קיינמאל. זיי פארמאגן 30 סענסארס פון וועלכע יעדע פון זיי באטראכט אן אנדערע טייל פונעם באנקנאט.


דער פארברעכן און איר שטראף

ווען איינער מאכט א פאלשע באנקנאט, אפילו נאר פאר אינטערעסאנטקייט, און ער לייגט דאס אריין אין צירקולאציע דורך געבן פאר א געשעפטסמאן אדער אנדערן, שפילט ער זיך מיט זייער א הארבע פארברעכן וועלכע איז אין פאקט א פעדעראלע פארברעכן. די סיקרעט סערוויס איז זייער א שטייפע און פונקטליכע אגענטור וועלכע וועט זיכער מאכן אז יעדער פארברעכער ווערט אנגעקלאגט מיט דאס הארבסטע וואס מעגליך. די סיקרעט סערוויס איז געגרינדעט געווארן פאר דעם צוועק און האט שוין יארן ערפארונג. זייער פליכט צו באוואכן דעם פרעזידענט און אנדערע רעגירונג'ס אפישעלס האבן זיי ערשט באקומען צענדליגער יארן שפעטער נאר צוליב זייער אומגעהויערע סוקסעס. אין רעאליטעט איז גרינג צו פארשטיין פארוואס דאס איז אזא הארבע פארברעכן. געלט איז ווי אקסיגען צו די עקאנאמיע וועלכע איז די וויכטיגסטע זאך פאר די סאסייאיטי. אויב מענטשן קענען נישט געטרויען די געלט וועלכע זיי טראגן ארום אין טאש דעמאלט איז וועלט אויס וועלט.

אויב איינער מאכט נאר איינמאל א שפיל און ער ווערט געכאפט וועט ער באקומען 15 יאר טורמע און א רייע פון געלט שטראפן. אויסער דעם האט די רעגירונג רעכט צו קאנפיסקירן אלע פראפערטי און מאשינען וועלכע זענען גענוצט געווארן צו מאכן די פאלשע געלט. אפילו אויב עס געלונגט איינעם צו באקומען א מילדע טורמע אורטייל איז ער אבער שוין אנגעזעצט פאר זיין גאנצע לעבן ווייל יעדער מענטש וואס האט אויף זיך א פעדעראלער פארברעך וועט קיינמאל נישט קענען טרעפן א דזשאב אין א נארמאלע ביזנעס און קיין איין באנק וועט אים מער נישט וועלן געטרויען.


זייט געווארנט!

אויב איר שפאצירט אריין אין באנק מיט א פאלשן באנקנאט אומוויסנדיג אין אייער הענט און איר גיט דאס איבער פאר א טעללער וועט אייך דאס גליק נישט באטרעפן... איר וועט גענומען ווערן פאר אויספארשונג אזוי לאנג ווי איר וועט קענען איבערווייזן אז איר זענט אומשולדיג. טויזענטער מענטשן ליידן פון דעם פראבלעם יעדעס יאר אבער קיין אנדערע ברירה איז נישט פאראן, די פאליציי מוז נאכגיין די פארברעכער און צומאל וועט אן אומשולדיגער ליידן.

וויאזוי אימער, זענען אבער פאראן עצות וויאזוי זיך צו היטן פון פאלשע געלט:

1) זייט געווארנט, נעמט די צייט צו שפירן און באטראכטן יעדעס באנקנאט. אויב איר פארדעכטיגט עפעס זאגט עס אפ.

2) אויב איז עס א גרעסערע סומע געלט קוקט אויף די סיריעל נומערן, אויב זענען זיי די זעלבע איז א קלארער סימן אז זיי זענען פאלש.

3) פארדעכטיג יעדן אלטן באנקנאט. ווי עלטער דאס איז אלס מער שאנסן צו זיין פאלש.

4) שעמט אייך נישט אפצוזאגן אלטע פארקנייטשטע באנקנאטן.

5) לייגט דעם באנקנאט קעגן א לעקטער די סימנים וועלן באלד אויסזאגן דעם אמת.

6) אויב איר פארדעכטיגט אז איר האט פאלשע געלט אין אייער באזיץ גייט נישט דערמיט אין באנק נאר רופט די פאליצי.


זע אויך

אמעריקאנער וואלוטע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!