אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ספירת העומר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=counting of the days from Passover to Shavuot|העב=מצווה ביהדות לספור כל יום החל מיום הנפת העומר, במשך 49 ימים|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = counting of the days from Passover to Shavuot|העב=מצווה ביהדות לספור כל יום החל מיום הנפת העומר, במשך 49 ימים|}}
{{אידישקייט}}
{{אידישקייט}}
'''ספירת העומר''', גערופן אין קורצן די '''ספירה''', איז די [[מצוה]] פון ציילן די טעג פון דעם [[עומר]]. דאס הייבט זיך אן פון דעם צווייטן טאג [[פסח]], ביז [[שבועות]].
'''ספירת העומר''', גערופן אין קורצן די '''ספירה''', איז די [[מצוה]] פון ציילן די טעג פון דעם [[עומר]]. דאס הייבט זיך אן פון דעם צווייטן טאג [[פסח]], ביז [[שבועות]].

רעוויזיע פון 20:22, 26 אקטאבער 2023

אידן און אידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שולחן ערוך
אידישע שטרעמונגען
אידן · חרדים · חסידים · ארטאדאקסן
הויפט פערזענליכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא הסופר · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · רבי יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
אויסגעשלאסענע שטרעמונגען
שומרונים · קראים · מינים
קאנסערוואטיווער · רעפארמער
זעט אויך
גיור · אנטיסעמיטיזם

ספירת העומר, גערופן אין קורצן די ספירה, איז די מצוה פון ציילן די טעג פון דעם עומר. דאס הייבט זיך אן פון דעם צווייטן טאג פסח, ביז שבועות.

  • ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען געברענגט א קרבן מנחת העומר (עומר איז טייטש א בינטל וואס איז א צענטל פון אן איפה) דעם צווייטן טאג פסח, פון ווען מען האט געברענגט דעם קרבן, האט מען געציילט 49 טעג, דער פופציגסטער טאג איז געווען שבועות און מען האט געברענגט די שתי הלחם. שִׁבְעָה שָׁבֻעֹת, תִּסְפָּר-לָךְ: מֵהָחֵל חֶרְמֵשׁ, בַּקָּמָה, תָּחֵל לִסְפֹּר, שִׁבְעָה שָׁבֻעוֹת. וְעָשִׂיתָ חַג שָׁבֻעוֹת, לַה' אֱלֹקֶיךָ דברים ט"ז


דער טעם איז צווייפאכיג:

איינפאך צו דאנקען און לויבן אויף דעם עומר, ווייל דאס ווייזט אז מען האט שוין וואס צו שניידן, און
צו גרייטן מיט פרייד און ציילן די טעג וואס איז שוין אריבער ביז שבועות וואס איז דער יו"ט פון מתן תורה, אזוי ווי דער ספר החינוך זאגט, אז יציאת מצרים איז געווען די הכנה פאר קבלת התורה.

רוב פוסקים האלטן אז ציילן ספירה היינט איז מדרבנן, אבער דער רמב"ם האלט אז אפילו היינט איז די מצווה מן התורה.

די מצווה פון ציילן

די מצווה איז צו ציילן ביינאכט, אנהייבנדיק פון דער צווייטער נאכט פסח. איידער מען ציילט זאגט מען די ברכה:
ברוך אתה ד' אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וצונו על ספירת העומר.

דערנאך ציילט מען די טעג; נאך דער ערשטער וואך ציילט אויך די וואכן.

מען דארף שטיין ווען מען ציילט ספירה.

ספירת העומר, מאראקאנער נוסח, געזאגט דורך חיים כהן אין טאנזשיר, 1960
ספירת העומר, גאליציאנער נוסח, ארויפגענומען אין ירושלים, 1952

מנהגים דורך אויס די ספירה טעג

*פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים פון רבי עקיבא זענען געשטארבן דורכאויס די 49 טעג, דערפאר זענען דא געוויסע מנהגים פון טרויער אין די טעג.
  1. מען פירט זיך צו נישט מאכן חתונות און הערן קיין מוזיק.
  2. מען פירט זיך צו נישט אפשערן די האר.
  3. טייל פירן זיך נישט טאן זאכן וואס פאדערן מאכן א ברכה שהחיינו ווי למשל אנטאן נייע קליידער.

ביי ספרדים זענען די מנהגים נוהג ביז ל"ג בעומר. אסאך אשכנזים זענען נוהג די מנהגים נאר אין חודש אייר (אחוץ ל"ג בעומר). רוב חסידים פירן זיך די מנהגים דורכאויס דעם עומר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!