אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאזשינא ליניע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "יקונג" ב־"יגונג")
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = line of fortifications along the French/German border|העב=קו ביצורים בגבול צרפת|דייטש=französische Befestigungsanlage an der Nord- und Ostgrenze|}}
די '''מאזשינא ליניע''' האט [[פראנקרייך]] אויפגעשטעלט נאך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]], אויף דער [[גרעניץ]], מיט [[דייטשלאנד]], און [[איטאליע]], צו באשיצן פראנקייך אין פאל די אויבנדערמאנטע [[לענדער]] אטאקירן.
די '''מאזשינא ליניע''' האט [[פראנקרייך]] אויפגעשטעלט נאך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]], אויף דער [[גרעניץ]], מיט [[דייטשלאנד]], און [[איטאליע]], צו באשיצן פראנקייך אין פאל די אויבנדערמאנטע [[לענדער]] אטאקירן.


שורה 22: שורה 23:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:קו מאז'ינו]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:54, 26 אקטאבער 2023

די מאזשינא ליניע האט פראנקרייך אויפגעשטעלט נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, אויף דער גרעניץ, מיט דייטשלאנד, און איטאליע, צו באשיצן פראנקייך אין פאל די אויבנדערמאנטע לענדער אטאקירן.

די ליניע איז געווען א באפעסטיגונג, לענגאויס די גרעניץ, פון בעטאן, און שטרויכלונגען קעגן טאנקן, און פאזיציעס פאר מאשין געווער. די ציל מיטן בויען איז נישט די באשיצונג פון פראנקרייך, נאר די צוריקהאלטן פון פיינט אויף גענוג לאנג, אז מערערע טרופען זאלן אנקומען צו די גרעניץ, טייל צו נעמען אין די קריג.

דער ערשטער ארויפצוברענגען די פלאן אויפן טיש, איז געווען זשאזעף זשאפער, קריגס מיניסטער, פון פראנקרייך, אנדערע ווי שארל דע גאל, און פאל ריינא, האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט דעם פלאן, און פרובירט איבערצייגן די מיליטער, אז אנשטאט אינוועסטירן אין זעלבסטשוץ, איז בעסער צו אינוועסטירן אין טאנקן, אדער אין די לופט פלאט.

אנדרע מאזשינא, איז געווען דער וואס האט איבערצייגט אלעמען, אין דאס וויכטיגקייט, פון אויפשטעלן די באפעסטיגונגס ליניע.

די ליניע האט מען אנגעפאנגען בויען אין 1930, און עס האט געדויערט פינף יאר צו אויפשטעלן, עס האט אפגעקאסט ארום דריי מיליארד פראנק.

די ברייט פונעם ליניע איז געווען בערך צוואנציג קילאמעטער, און געווען א גאר פארגעשריטענער פאר יענע צייט. עס האט פארמאגט ווארענונגס צענטערן, שטרויכלונגען קעגן טאנקן, בונקערן צו פירן קריג קעגן טאנקן און פוסגייער, גרויסע פעסטונגען וואס יעדע איינע פון זיי האט געקענט האלטן צווישן פינף הונדערט און טויזנט קעמפער, 340 געפאנצערטע טורעמעס, 89 בונקערס, 17 געפאנצערטע אבזערוואציע פונקטן, עלעקטעריציטעט און טעלעפאנען, טונעלן און אונטערערדישע באן סיסטעם צו קענען אריבער טראגן זעלנער, און אנדערע זאכן פון איין פלאץ צום צווייטן, און אין די אונטערערדישע איינריכטונגען א ווענטילאציע סיסטעם, מיט אן אפפלוס קאנאליזאציע, וואסער און גענעראטארן, אין קורצן אן אונטערערדישע שטאט מיט אלע צוגעהערן.

די מאזשינא ליניע איז געבויט געווארן אויף דער גרעניץ מיט דייטשלאנד, בעיקר אין די אינדוסטריעעלע ראיאנען אין פראנקרייך, אבער ביי דער גרעניץ מיט בעלגיע, און די ארדענען איז גארנישט געבויט געווארן, בעלגיע האט געהאט א פאקט מיט פראנקרייך, און פראנקרייך האט נישט געגלייבט אז אן אטאקע, וועט קומען פון די ארדענען, וואס איז געהאלטן געווארן, אלס א געגנט אומדורכבאר. אין 1936 ווען בעלגיע האט מבטל געווען די פאקט מיט פראנקרייך, האט פראנקרייך אנגעהויבן פארלענגערן די באשיצונג אויך אויפן גרעניץ מיט בעלגיע.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט די דייטשע ארמיי אטאקירט פון די ארדענען וואלד, און וויבאלד פראנקרייך האט נישט געגלייבט אז מען קען דארט אריבערגיין, איז דער אטאקע געווען א געלונגענער. די מאזשינא ליניע האט באוויזן טאקע אפצוהאלטן די דייטשן, אבער פרישע טרופן זענען קיינמאל נישט אנגעקומען.

ווען די אליאירטע האבן איינגענומען פראנקרייך אין 1944, איז מען אויך געגאנגען ארום דער ליניע, אויסער קליינע שלאכטן זענען פארגעקומען אין מעץ געגנט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!