אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים סאלאווייטשיק"
ק (אראפגענומען קאטעגאריע:בריסק; צוגעלייגט קאטעגאריע:רבנים פון בריסק מיט HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022
הרב חיים הלוי סאלאווייטשיק (ט"ו אדר ב' ה'תרי"ג, וואלאזשין - כ"א אב ה'תרע"ח), באקאנט אלס ר' חיים בריסקער.
ביאגראפיע
ר' חיים איז געבוירן אין וואלאזשין צו זיין פאטער ר' יאשע בער דער „בית הלוי" אין יאר תרי"ג, ער איז געווען א גרויסער עילוי, און האט מחדש געווען א נייער גאנג אין לערנען עיון, ער האט מחבר געווען די ספר רבינו חיים הלוי אויפן רמב"ם, זיין שיטה אין לערנען איז אנגענימען געווארן אין פילע ישיבות איבער די וועלט.
רב חיים האט געהייראט די טאכטער פון רבי רפאל שפירא, אן איידעם פונעם נצי"ב.
זייערע זין זענען געווען:
- ר' ישראל גרשון סאלאווייטשיק (געב' תרל"ה, וואלאזשין), האט געהייראט מרת מרים חיה, טאכטער פון ר' משה מאטל ביאלער, אייניקל פונעם חידושי הרי"ם[1]
- הרב יצחק זאב סאלאווייטשיק דער בריסקער רב,
- רבי משה סאלאוויטשיק (דער פאטער פון ר' יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק פון באסטאן), רב אין ראסיין און כאסלאוויטש, ראש ישיבה פון ישיבת רבינו יצחק אלחנן
ווען זיין פאטער האט פארלאזט די ישיבה אין וואלאזשין האבן זיי זיך באזעצט אין סלוצק. אבער אין תרל"ג איז ער צוריק קיין וואלאזשין און, ביי דער עלטער פון 27, איז ער געווארן דער צווייטער ראש ישיבה מיטן נצי"ב. ווען די ישיבה איז פארמאכט געווארן אין תרנ"ב, איז ער געווארן שטאטס רב אין בריסק.
ער ליגט אין דעם ווארשעווער בית עולם לעבן זיין ווייב'ס זיידע, דער נצי"ב.
רעפערענצן
- ↑ ענף עץ עבות, ברוך יצחק גוטער, עמ' רמג, הערה י