אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים יחיאל רובין"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022
רבי חיים יחיאל רובין זצ"ל (כ"ג ניסן ה'תרי"ד - ה'תרע"ח), רבי אין דאמבראווא.
אפשטאם
רבי חיים יחיאל איז געבוירן אין דאמבראווא ערב שבת קודש כ"ג ניסן ה'תרי"ד, צו זיין פאטער פון הרב מאיר רובין, פון גלוגוב, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלוגוב, (אן איידעם פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מירל גאלא א טאכטער פון הרב יוסף אונגאר, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, דער דאמבראווער רב.
רבנות
רבי חיים יחיאל איז געווען רב אין לימאנא נאך זיין זיידן'ס פטירה איז ער געווען דער ממלא מקום, רב אין דאמבראווא.
הסתלקות
רבי חיים יחיאל איז נפטר געווארן אין בערלין אין יאר ה'תרע"ח.
פאמיליע
דינסטאג ג' כסלו ה'כת"ר - ביי די זעקס אין א האלבן יאר - איז רבי חיים יחיאל געווארן פארלויבט מיט מרת דבורה א טאכטער פון הרב אלכסנדר סענדער יו"ט ליפא אייכנשטיין פון זידיטשוב, און די תנאים זענען געווען אין זידיטשוב זונטאג י"ד אייר ה'תרכ"ג. זיי האבן געהייראט אין זידיטשוב ט"ו תמוז ה'תרכ"ט. זייערע קינדער:
- הרב ישכר בעריש רובין (ה'תרנ"ג - כ"ח מנחם אב ה'תשי"ב), דאמבראווער רבי פון בערלין און ניו יארק.
- מרת חוה די ווייב פון הרב מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב
- מרת אסתר גיטל די ווייב פון הרב מנשה מארילעס פון ראפשיץ
- מרת רחל די ווייב פון הרב אלעזר מארילעס פון יעראסלאוו
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר