אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גריצע"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=city of Poland|העב=עיר בפולין|דייטש=Stadt in Polen|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = city of Poland|העב=עיר בפולין|דייטש=Stadt in Polen|}} | ||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|נאמען= | |נאמען= |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:39, 26 אקטאבער 2023
|
גריצע (פּויליש: Grójec; רוסיש: Груец גרויעץ) איז א שטעטל אין פוילן, 42 ק"מ דרום פון ווארשע. עס איז די הויפטשטאט פונעם גריצער דיסטריקט, מאזאוויער וואיעוואדעשאפט, און זי באדעקט א שטח פון 8.52 קוואדראט ק"מ. אין 2004 האט גריצע געהאט 14,875 איינוואוינער.
געאגראפיע
גריצע געפינט זיך מערב פונעם ווייסל, אויף דער ווארשע-ראדעם-קעלץ-קראקע שאסיי, 42 ק"מ פון ווארשע און 56 ק"מ פון ראדעם.
אידישע קהילה
די אידישע קהילה פון גריצע ווערט דערמאנט אינעם פינקס פון דעם וועד ארבע ארצות אין 1754. אין 1810 האבן געוואוינט אין גריצע 150 יידישן אין א באפעלקערונג פון 600.
די אידישע באפעלקערונג פון גריצע האט געציילט 3,723 איינוואוינער אין 1827, און 4,922 אין 1921.[1] ווען פוילן איז געווארן זעלבשטנעדיק אין 1918, זענען 70% פון די איינוואוינער פון גריצע געווען אידן.
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די נאציס אויפגעשטעלט אין גריצע א יידישע געטא. סעפטעמבער 1942 האבן זיי ליקווידירט די געטא, און די 6,000 איינוואוינער האט מען אריבערגעפירט אין דער ווארשעווער געטא. פון דארט זענען כמעט אלע אומגעקומען אין טרעבלינקע.
באוואוסטע מענטשן פון גריצע
רעפערענצן
- מגילת גריצע, י.ב.אלטערמאן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!