אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויטאספארט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אויטאספארט צו רוי:אויטאספארט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = motorsport involving the racing of cars for competition|דייטש=Form des Motorsports|}}
[[טעקע:Formula one.jpg|220px|קליין|פארמל 1 פארמעסט אין די פאראייניגטע שטאטן, 2003]]
[[טעקע:Formula one.jpg|220px|קליין|פארמל 1 פארמעסט אין די פאראייניגטע שטאטן, 2003]]
'''אויטאספארט''' אדער '''קאר רעיסינג''' (אין [[ענגליש]]: auto racing) איז א ספארט וואו [[אויטא]]ס [[געיעג|יאגן]] זיך מיט אנאנד. אויטאספארט האט אנגעהויבן אין [[פראנקרייך]] אין 1895; היינט איז ער איינער פון דער וועלטס פאפולערסטע צוקוקער ספארטן.
'''אויטאספארט''' אדער '''קאר רעיסינג''' (אין [[ענגליש]]: auto racing) איז א ספארט וואו [[אויטא]]ס [[געיעג|יאגן]] זיך מיט אנאנד. אויטאספארט האט אנגעהויבן אין [[פראנקרייך]] אין 1895; היינט איז ער איינער פון דער וועלטס פאפולערסטע צוקוקער ספארטן.
שורה 16: שורה 17:
[[קאַטעגאָריע:אויטאמאבילן]]
[[קאַטעגאָריע:אויטאמאבילן]]
[[קאַטעגאָריע:ספארט]]
[[קאַטעגאָריע:ספארט]]
{{ספארט-שטומף}}
{{שטומף|ספארט}}
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:מרוץ מכוניות]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:59, 26 אקטאבער 2023

פארמל 1 פארמעסט אין די פאראייניגטע שטאטן, 2003

אויטאספארט אדער קאר רעיסינג (אין ענגליש: auto racing) איז א ספארט וואו אויטאס יאגן זיך מיט אנאנד. אויטאספארט האט אנגעהויבן אין פראנקרייך אין 1895; היינט איז ער איינער פון דער וועלטס פאפולערסטע צוקוקער ספארטן.

סארטן אויטאספארט

פארמל איינס איז דער העכסטער ניווא געיעג מייסטערשאפט איבער דער גארער וועלט. פארמל איינס אויטאס האבן נישט קיין שיצבלעכן. פון פארנט און הינטן פון דער אויטא איז א פליגל אזא וואס שאפט אז די אויטא זאל האבן מער כאפ און זאל פארן גיכער.

די פארמל איינס געיעג פאסירן אין פארשידענע לענדער, און ווערן גערופן "גראַן פרי" (פראנצויזיש: Grand Prix).

עקסידענטן

אין יאר 1955 איז פארגעקומען א גרויסע Racing Show אין פראנקרייך וואו טויזנטע צוקוקערס האבן זיך פארזאמלט, עס האט געדארפט צו זיין א היסטארישע שאו צוליב די יענס-צייטיגע קאמפעטישן פון קאר מענופעקטשור, אבער צום סוף איז עס געווארן טרויעריג-היסטאריש פאר א צווייטע סיבה. נאכן ארומרעיסן אפאר מינוט האט איין קאר אנגעהויבן נידערן זיין ספיד זיך גרייטנדיג אפצושטעלן, דאס האט געברענגט אז א צווייטע קאר הינטער אים זאל זיך פלוצלינג דארפן אריבער-רוקן מער לינקס, און ביים זיך רוקן האט ער מיאוס אריינגעזעצט אין א דריטע קאר פון הונטן. די שנעלע ספיד מיט וואס די קארס זענען געפארן האט ארויפגעשיקט איין קאר אין די לופטן און ס'איז אריינגעפלויגן דירעקט אויף די קעפ פון די פארזאמלטע. די דרייווער אינאיינעם מיט 83 זייטיגע מענטשן זענען געשטארבן אין רעזולטאט, און נאך ארום 180 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. די קראך איז אריין אין די היסטאריע אלס די ערגסטע פון אזא סארט רח"ל.

צווישן די בייוואוינער איז געווען John Fitch - א פריינד פון דעם געשטארבענעם דרייווער און אליינס א קאר רעיסער. ער האט גענומען זייער צום הארצן די געשיכטע און געווארן זייער צוגעבינדן צו די טעמע פון דרייווינג און רעיסינג סעיפטי. ער האט אנגעהויבן ערפינדן פאטענעטן וויאזוי צו פארגרינגערן די Impact פון א עקסידענט חס ושלום. דורכאויס זיינע טעסטס האט ער פרובירט די עפפעקט פון א קאר קראך אין פארשידענע מאטריאלן, אריינגערעכנט פארשידענע מעטאלן, פליסיגקייטן און נאך. זיינע עקספערימענטן האבן אים געפירט צו די מסקנא אז זאמד איז זייער א גוטע מאטריאל צו איינזאפן די שאק פון א קראך, ברענגענדיג די מינמאלסטע דעמעדזש צו די קאר און מענטשן דערינען. אויטאריטעטן איבער די וועלט האבן אנגעהויבן אויפכאפן די געדאנק און קאנעס אנגעפילט מיט זאמד האבן אנגעהויבן אראפגעשטעלט ווערן אויף פלעצער וואו ס'איז דא א הויכע ריזיקע פון עקסידענטן. חוץ פון דעם וואס ס'איז א עפעקטיוו מיטל, איז עס אויך שטוינענד ביליג און גרינג צו אויפהאלטן און ריפלעיסן. די קאליר געל איז אויסגעקליבן געווארן ווייל ס'כאפט די אויג פון די ווייטסטע מרחק כידוע. און דאס האט באשאפן די אזוי גערופענע Fitch Barriers על שמו פון זיין ערפינדער John Fitch. די קאנעס ווערן אויסגעשעלט אין די פארעם פון א טרייענגל, די שפיץ האט די ווייניגסטע זאמד און ווי טיפער אריין אין די טרייענגל איז מער און מער פיל מיט זאמד.


P sport.svg דער ארטיקל בנוגע ספארט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!