אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 15: | שורה 15: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ראש ממשלת הממלכה המאוחדת]] | [[he:ראש ממשלת הממלכה המאוחדת]] | ||
רעוויזיע פון 12:05, 24 אקטאבער 2023
דער פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך דער העכסטער מיניסטער אין דער בריטישער רעגירונג, און איז דער פארזיצער פונעם עקסעקיוטיוו. דער אמט עקזיסטירט נישט אויף א פארמאלן אופן, און האט זיך אנטוויקלט איבער די לעצטע צוויי הונדערט יאר.
דער פרעמיער מיניסטער, לויט דער קאנסטיטוציע, איז דער מענטש וואס דער מאנארך בעט אים צוזאמענשטעלן א רעגירונג; אפיציעל האט פארלאמענט קיין ראלע אין אויסקלויבן דעם פרעמיער מיניסטער. הלכה למעשה קלויבט אויס דער מאנארך אלס פרעמיער מיניסטער דעם מענטש וואס וועט קענען האבן דעם געטרוי פון דעם הויז פון קאמאנס.
די בריטישע סיסטעם פון וואלן איז געבויט אויף וויילערשאפטן וואס איס גורם אז כמעט אלעמאל האט איין פארטיי אן אבסאלוטע מערהייט אין פארלאמענט. קומט אויס אז דער איינציגער וואס קען ווערן פרעמיער מיניסטער איז דער פירער פון יענער פארטיי און דער מאנארך ניצט נישט קיין באקלערונג וועמען צו רופן. אויך ווען די גרעסטע פארטיי האט נישט קיין אבסאלוטע מערהייט וועט מען רופן איר פירער אויפשטעלן א מינדערהייטע רעגירונג טאמער ער קען פארלאזן אויף דער הסכמה פון די קליינע פארטייען.
נאך אלגעמיינע וואלן וועט דער מאנארך שוין צומארגן רופן דעם פירער פון דער גרעסטע פארטיי צו ווערן פרעמיער מיניסטער. טאמער דער פריערדיגער פרעמיער מיניסטער האט פארלוירן גייט ער גלייך צום מאנארך צו רעזיגנירן, און דער מאנארך רופט דעם געווינער וואס ווערט שוין דער נייער פרעמיער מיניסטער-ער דארף נישט ווארטן אז פארלאמענט זאל געבן זיין צוטרוי. נאר ווען די גרעסטע פארטיי האט נישט קיין אבסאלוטע מערהייט ווארט דער מאנארך ביז עס ווערט קלאר ווער וועט קענען צוזאמענשטעלן א קאבינעט וואס וועט האבן די צוטרוי פון פארלאמענט. אין אזא פאל בלייבט דער פריערדיגער פרעמיער מיניסטער ביז מען קלויבט אויז זיין נאכפאלגער.
פרעמיער מיניסטארן פונעם פאראייניגטן קעניגרייך | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!