486
רעדאגירונגען
(רעדאגירונג) |
(←געבוי און אינהאלט: רעדאגירונג) |
||
| שורה 7: | שורה 7: | ||
=== געבוי און אינהאלט === | === געבוי און אינהאלט === | ||
מדרש בראשית רבה | מדרש בראשית רבה איז איינגעטיילט אין הונדערט פרשיות. א מערהייט פרשיות שטימען צו די אפענע און פארמאכטע פרשיות פון די תורה וואס געפינט זיך היינט אין אונזערע הענט, דעריבער איז די אלגעמיינע שאצונג אז דאס צוטיילן די פרשיות איז אפהענגיג אין די פרשיות פון די תורה. דאס טראץ וואס די איינטיילונג פון די פרשיות וואס איז אנגענומען היינט שטימט נישט הונדערט פראצענט מיטן איינטיילונג אין בראשית רבה. פון סטרוקטור זייט, יעדע פרשה ערהאלט על פי רוב א סעריע פון [[פתיחתא]]ות, און דערנאך דרשות אויף א רייע פסוקים נאכאנאנד, און צומאל איז אויך דא א פארענדיג ווארט ענדע פרשה. רוב פרשיות זענען געבויט פון צוויי דריי פתיחתאות, אבער עס זענען פארהאן אפאר פרשיות וואס פאנגען זיך אן אן קיין פתיחתא{{הערה||שם=צונץ 77}}. דער פארענדיגן די פרשה קען זיך אויסדריקן מיט אפאר צורות אבער על פי רוב וועט דאס ערהאלטן אדער דברי פורענות אדער א גוטע זאך. צומאל, אנשטאט צו ענדיגן מיט עפעס א ווארט וועט די פרשה זיך ענדיגן מיטן פסוק וואס הייבט אן די קומענדיגע פרשה. נאך א כאראקטער פון בראשית רבה איז די ערשיינונג פון דאפלטקייט. די ערשיינונג איז געווען צושפרייט צווישן די [[תלמוד]]ים און די מדרשים פון תנאים, און אין איר ראם קען מען טרעפן דרשות וואס ווארן איבערגעחזרט אין צוויי דריי פארשידענע פלעצער אינעם טעקסט. אזוי אויך ווערן די דרשות קאפירט ווארט ביי ווארט אויך אויב נאר א טייל פון די דרשה פאסט צו די נייע פלאץ. צומאל קען מען געפינען דרשות וואס זענען געדאפלט ביי א פלאץ וואס עס פאסט נישט אריין קאנסעפטיש, און די פארשער מוטשען זיך דערויף. דערפאר איז די טעמע פון די דאפלטע דרשות אויך היינט א אביעקט אונטער פארשונג. | ||
==== הפתיחתאות ==== | ==== הפתיחתאות ==== | ||
רעדאגירונגען