אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מוצאי שבת"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 29: שורה 29:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:מוצאי שבת]]
[[he:מוצאי שבת]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 09:45, 24 אקטאבער 2023


שבֵתע־נאכט אדער שבת־צו־נאכט (ארויסגגערעדט "שפייזצענאכט") אדער אויף לשון־קודש מוצאי שבת, מוצש"ק מיינט די נאכט נאך שבת, פון ווען ס'ווערט פינסטער ביז זונטאג אינדערפרי. ביי אידן מאכט מען הבדלה, מען טאר נישט עסן פאר הבדלה.

כדי צו וויסן ווען ס'איז אויס שבת דארף מען קוקן אין הימל און זען דריי קליינע שטערן. טאמער ס'איז איבערגעוואלקנט און מען קען נישט זען די שטערן אין הימל, דארף מען זיין פארזיכערט אז ס'איז שוין גוט פינסטער אינדרויסן. היינטיגע צייטן חשבונ'ט מעו די זמנים און מען דרוקט זיי אין א לוח. ס'איז אויך פארהאן קאמפיוטער פראגראמען וואס פירן אויס דעם חשבון. עס ווערט דערמאנט אין גמרא און אין פוסקים אז מען זאל מוסיף זיין מחול אל הקודש (זעה ר"ה ט. יומא פא: מו"ג ג:), דאס הייסט חוץ דעם וואס עס איז טאקע פארטיג מיטן שבת טאג, דארף מען צו לייגן נאך עטליכע מינוט, די תוספות שבת איז פון אנפאנג פון די שקיעה ביז זמן בין השמשות, און שלחן ערוך שטייט אז מען איז מוסיף ביציאתו דאס הייסט ווען דער שבת גייט ארויס (סי' תר"ח).

שבתע־נאכט אין דער שמונה עשרה זאגט מען "אתה חננתנו" אין דער פערטער ברכה (חונן הדעת). אין דער תפילה דערמאנט מען די אונטערשיד צווישן שבת און די וואכנטעג.

מען פירט זיך צו זאגן מוצאי שבת ספעציעלע זמירות, מען דערמאנט דארט אליהו הנביא, ווייל עס שטייט אין מדרש אז מוצאי שבת זיצט אליהו הנביא און שרייבט די זכותים פון כלל ישראל פון די וואס היטן שבת (מוהר"ש).

שבתע־נאכט פראוועט מען א באזונדערע סעודה וואס הייסט מלוה מלכה, מען באגלייט די שבת קעניגן ווען זי גייט אוועק.[1]

מוצאי שבת אין חסידות

חסידים פירן זיך צוזאמען קומען מוצאי שבת און פראווענען מלוה מלכה, מען עסט צוזאמען, מען שמועסט זיך אויס, און מען פארציילט מעשיות פון אמאליגע גוטע אידן.

א אינטערעסאנטע זאך שטייט אין ליקוטי מוהר"ן (ח"א סי' קי"ז) א טעם פארוואס מען זעט אז מוצאי שבת איז שווער צו שלאפן. מען בלייבט אויף ביז שפעט.

מקורות

  1. שו"ע אורח חיים סימן ש


מוסטער:הלכה

Scroll 2 (PSF).png דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!