אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זשורי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Removing Link FA template (handled by wikidata) - The interwiki article is not featured)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022

א זשורי איז אן איינגעשוואוירענער קערפער פון ציווילע מענטשן וואס ווערן גערופן צו צו הערן די פאקטן און באווייזן און געבן א (פסק) אין א פראצעס אדער אן אנדער ענין. דער ריכטער מוז געבן אן אורטייל לויטן פסק פונעם זשורי.

דער ווערדיקט ווערט געפסקנט אדער מיט א רוב אדער מיט אלע מסכים, לויט די געזעצן פונעם לאנד. אין רוב לענדער האט א זשורי 12 מענטשן (אבער אין סקאטלאנד 15). בדרך כלל אלע מענטשן אין א געוויסער שטאט (אחוץ די וואס זענען צו יונג אדער צו אלט) קענען ווערן גערופן צי דינען אלס זשוריסט; ווער עס איז גערופן האט די פליכט צו קומען צום געריכט. פאר יעדן פראצעס קלויבט מען די זשורייסטן פון די וואס זענען יענעם טאג גערופן צו דינען.

היסטאריע

די ערשטע זשוריס זענען געווארן אויפגעשטעלט אין ענגלאנד אין יאר 1166.


וואס איז א זשורי?

א זשורי איז א קערפערשאפט פון דורכשניטלעכע מענטשן וועלכע ווערן אויסגעקליבן דורך דער יוסטיץ סיסטעם פונעם לאנד אדער שטאַט צו דינען אלס די זשורי פאר א געריכטליכע משפט. די זשורי באשטייט געווענליך פון 12 מענטשן און נאך צוויי אויף רעזערוו וועלכע זיצן אויף א ספעציעלע פלאטפארמע און דארפן מיטהאלטן א משפט פון איינעם וועמען זיי קענען נישט און זענען בכלל אומבאקאנט מיט די לעגאלע בארעכטיגונגן און שטראפן וואס גרעניצט זיך מיט דעם משפט.

זיי הערן אויס אלע טענות ומענות פון ביידע צדדים און אלע עדות וועלכע זענען פאראן קעגן און צו פארטיידיגן דעם אנגעקלאגטן. דער ריכטער דינט ווי זייער לערער און לערנט זיי אויס וויאזוי צו נוצן דאס געזעץ לויט די אינפארמאציע וואס זיי באקומען דורכאויס דעם משפט. ווען אלע צדדים זענען פארטיג מיט זייערע באווייזונגן וועלן די זשורי זיך צוזאמענקומען אין א ספעציעלע צימער וואו זיי שמועסן איבער די פרטים און באשליסן אויב דער אנגעקלאגטער איז שולדיג אדער נישט. דאס זעלבע איז ביי א ציווילער געריכט וואו זיי וועלן באשליסן ווערט עס איז גערעכט און ווער עס דארף באצאלן.

יעדע זשורי מיטגלידער דארף זיין ביי יעדע הירינג און אויסהערן די טענות וואס קומען פון די צדדים. פארשטייט זיך אז א זשוריסט מוז זיין אומפארטייאיש וואס מיינט אז קיינער מעג נישט זיין קיין קרוב אדער פריינט צו דעם אנגעקלאגטן אדער צו דעם אנקלעגער און קיינער מעג אויך נישט אפמאכן זיין מיינונג ווילאנג אלעס איז נישט פארטיג.

די אדוואקאטן וועלכע רעפרעזענטירן די צדדים אין געריכט און אויך דער ריכטער קענען יעדע צייט באשליסן אז איין זשוריסט טויג נישט פאר סיי וועלכע נארמאלע סיבה און זיי וועלן יענעם ארויסווארפן. א זשורי מוז זיין 100 פראצענט אומפארטייאיש אויף אזוי ווייט אז יעדע זשורי מוז באשטיין פון מענער און פרויען און עס מעג נישט באשטיין פון נאר שווארצע ביי די משפט פון א ווייסן און דאס זעלבע פארקערט.

היינט צו טאג איז יעדער בארעכטיגט צו זיין א זשוריסט און מען דארף נישט האבן קיין ספעציעלע כשרונות דערצו אזוי לאנג מען איז גרייט אויסצוהערן און צולייגן קאפ צו דעם משפט. אמאל האבן נאר ווייסע מענער געקענט זיין אין א זשורי אבער אין די לעצטע 80 יאר האבן אויך פרויען און שווארצע באקומען די רעכט פונקט ווי אלע זייערע רעכטן וועלכע זיי האבן דעגרייכט דורכאויס די יארן.


פארוואס א זשורי?

די קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן גאראנטירט יעדן סיטיזן א רעכט צו זיין אין א זשורי אין קרימינאלע און ציווילע געריכטן. די רעגירונג זאגט אירע סיטיזנ'ס אז דאס איז אן ערע פאר יעדן איינעם אז די קאנסטיטוציע גיט אים די רעכט און כבוד צו רעפרעזענטירן און באשליסן אין א משפט אין וועלכע א צווייטער סיטיזן ווערט אנגעקלאגט.

אויף די פראגע פארוואס מען איז געצווינגן דערצו? זאל דאס זיין נאר פאר וואלונטירן? איז דער ענטפער אז אויב דאס וואלט געקענט ארבעטן דורך א וואלונטיר סיסטעם וואלט די רעגירונג נישט פארלאנגט יעדן צו קומען נאר וויבאלד מען מוז האבן יעדן איז עס א פארלאנג וועלכע איז געווארן געזעץ און קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון נאר אויב ער האט שטארקע סיבות דערצו.

יעדער מענטש דארף זיך אויס'משלן אויב עס וואלט אים געווארט א משפט וואלט ער דאך זיכער געוואלט אז נארמאלע מענטשן וואס זענען פונקט ווי אים זאל אים פארשטיין און פארטיידיגן. אויב ער וויל דאס האבן דעמאלט דארף ער דאס אויך געבן פאר א צווייטן ווען עס קומט זיין רייע וועלכע קומט געווענליך נישט אויס מער ווי איינמאל אין לעבן. אין אנדערע ווערטער איז א זשורי אן אנטיילנעמונג וועלכע דער דורכשניטליכער סיטיזן קען האבן אין די ארבעט פון די רעגירונג.

אמעריקע איז אבער נישט די וואס האבן אויסגעטראפן די זשורי סיסטעם עס איז נאך אן אלטער קאנצעפט וועלכע גייט צוריק הונדערטער יארן צוריק אין אייראפע ווען אסאך קעניגן האבן אויפגענומען ציווילע מענטשן צו מאכן באשלוסן אין געריכטליכע ענינים כדי צו הערן דעם דעת בעל הבית וועלכער פארשטייט דאס בעסטע, אין א געוויסן וועג.

אין א טיפער'ן טראכט איז א זשורי זייער א גערעכטע זאך ווייל דער גערעכטיקייט סיסטעם איז נאר א סיסטעם וועלכע דארף גיין לויט די פארשריפטן וועלכע עס איז אויסגעשטעלט צו גיין און עס קען פארזען אסאך זאכן. די זשורי זענען א גרופע פון נארמאלע דורכשניטליכע מענטשן וועלכע באטראכטן אלע אינפארמאציע און עדות'שאפטן און נוצן זייער פשוט'ן דעת אויב יענער איז שולדיג אדער נישט. כאטש דער ריכטער קען אורטיילן אנדערש ווי די זשורי האט באשלאסן איז אבער כמעט נישט פאראן אזא זאך ווייל דער ריכטער לערנט די זשורי וויאזוי צו נוצן די אינפארמאציע וואס זיי זעען און וויאזוי צו נוצן די טראכטונגן לויט דאס געזעץ.

דאס איז פארשטענדליך מיט'ן שכל הישר. אבער קיינער קען נישט זאגן א עס איז א 100 פראצענטיגע ריכטיגע זאך ווייל נאך אלעם זענען די זשוריסטן מענטשן מיט געפילן וועלכע קענען פארקוקן אויף פאקטן און עדות'שאפטן געבויט אויף זייערע געפילן צו דעם אנגעקלאגטן אדער אנקלעגער.

אבער יעדע זאך גייט ביידע וועגן. עס איז מעגליך אז די געפילן פון א זשורי וועט אנקלאגן איינעם וואס איז אומשולדיג, געבויט אויף די געפילן וואס זיי האבן צו דעם אנקלעגער אדער ווייל דער אנגעקלאגטער איז א מענטש וואס באנעמט נישט א צווייטנס געפילן. און פארקערט קענען זיי באפרייען איינער וואס איז יא שולדיג נאר צוליב די געפילן צו יענעם.

די אונטערשטע שורה איז אז יעדע וועג וואלט נישט געווען 100 פראצענט גערעכט. די יוסטיץ סיסטעם וואלט געקענט באפרייען שולדיגע און באשולדיגן פרייע און אויך די זשורי איז אזוי. אבער אמעריקע'ס קאנסטיטוציע איז געבויט אויף דעם אז יעדער איז אומשולדיג אזוי לאנג ווי מען ווייזט נישט איבער אז ער איז יא שולדיג (אינאסענט אנטיל פראווען גילטי). מיט יעדע סארט סיסטעם וועט אויסקומען טעותים און וויבאלד מיט א זשורי סיסטעם וועלן ענדערש שולדיגע גיין פריי ווי פרייע באשולדיגט ווערן, איז דער סיסטעם יא גערעכט לויט די קאנסטיטוציע און דאס איז דאס בעסטע וואס מען קען האבן. אוודאי קען אמאל א זשורי זיין פארטייאיש קעגן איינעם, אבער אין אלגעמיין זענען זיי נארמאלע מענטשן וועלכע רעכנען זיך מיט יענעמ'ס געפילן און וועלן זוכן אלע וועגן וויאזוי יענעם צו באפרייען אזוי לאנג ווי עס איז נישט פאראן קיין באווייזן אויף פארקערט.


דאס אויסוועלן א זשורי

א זשורי וועט אויסגעקליבן לויט א גורל פון ליסטעס וועלכע דאס געריכט פארמאגט וועלכע זענען אנגענומען צו דינען אין די זשורי. בעפאר א משפט ווערט גערופן א פאנעל וועלכע איז א גרעסערע גרופע מענטשן פון די ליסטעס וועלכע שטעלן זיך צום ריכטער און דער ריכטער מיט זיינע עקספערט געהילפן באשליסן ווער פון זיי עס איז מער קוואליפיצירט צו זיין אין די זשורי און די וועלן זיי אויס און די אנדערע קענען צוריק אהיימגיין.

רוב מענטשן קענען זיין אין א זשורי אזוי לאנג ווי זיי זענען אמעריקאנער סיטיזנ'ס אן קיין קרימינאלע רעקארד און א דורכשניטליכער נארמאלער מענטש. דער ריכטער באטראכט גוט יעדן פון זיי און אויך די אדוואקאטן פון ביידע צדדים גיבן זייער באשטעטיגונג אויף יעדע איינע פון זיי. יעדע קלייניקייט וועלכע געפעלט נישט דעם ריכטער אדער איינע פון די צוויי צדדים וועט מען יענעם באלד ארויסווארפן ווייל א זשורי דארף זיין 100 פראצענט אומפארטיאיש און געפעלן פאר יעדן און יעדער ריכטער וויל אנהייבן דעם משפט מיט די צופרידנהייט פון ביידע צדדים.

די פעדעראלע רעגירונג און אויך יעדע סטעיט באזונדער פארמאגן ליסטעס וועמען מען קען רופן פאר די זשורי. די ליסטעס ווערן אויסגעארבעט דורך די אפישעלס וועלכע זענען באקאנט אלס די קאמישאנערס אוו דזשורארס.

יעדער קען זיין גערישט אז מען וועט אים אמאל רופן פאר א זשורי דינסט און עס איז זייער שווער זיך ארויסצודרייען דערפון. אויב מען האט מזל רעדט זיך עס פון א משפט וועלכע געדוערט נאר איין טאג. אבער טיילמאל קען מען פונקט אויספאלן אין א זשורי פון א משפט וועלכע שלעפט זיך וואכן און חדשים און מען מוז בלית ברירה בלייבן דערין ביז די ענדע נישט קיין חילוק צי מען איז א פארנומענער מענטש אדער נישט. די רעגירונג צאלט פאר די שאדן וואס מען האט פון נישט ארבעטן און זי פארזיכערט צוריק די זעלבע דזשאב פאר יעדן ארבעטער און קיין איין בעל הבית קען נישט זאגן אז ער וויל נישט צוריקנעמען דעם ארבעטער ווייל ער האט פארפעלט עטליכע וואכן.

יעדע זשורי באשטייט פון לאקאלע רעזידענטן און עס איז נישט פאראן אזא זאך אז א מענטש פון איין סטעיט זאל דינען אין א זשורי פון אן אנדערע סטעיט. רוב מאל וועט דאס געריכט זיכער מאכן אז די זשוריסטן וואוינען נישט צו ווייט כדי עס זאל זיי נישט אנקומען שווער צו קומען אין געריכט צו יעדע הירינג.

טייל סטעיטס געבן די ברירה פאר מענטשן צו קומען אין געריכט צו א באשטימטע טאג אין יאר און אויב עס איז פונקט נישט פאראן קיין פארלאנג פאר א זשורי יענעם טאג האט מען מיט דעם יוצא געווען און מען איז פארזיכערט פון ווערן נאכאמאל ערוועלט ביז איין יאר. אויב מען ווערט יא באשטימט צו א משפט באקומט מען אויך די זעלבע גאראנטי אפילו אויב די משפט האט זיך נאר געצויגן עטליכע שטונדן.


די פונקציעס פון א זשורי

איינמאל דער ריכטער און ביידע צדדים זענען צופרידן פון די זשורי אויסוואל שווערט מען זיי אלע איין אז זיי זענען נישט קיין פאמיליע מיטגלידער אדער גוטע פריינט און וועלן נישט נעמען קיין פארטייאישע שטעלע אדער נעמען שוחד פון איינע פון די צדדים. ווען די איינשווערונג איז פארטיג הייבט מען אן דעם משפט. אין גענעראל איז דער פראצעדור פון געריכט איינגעטיילט צו דאס געריכט און די זשורי אז דאס געריכט באטראכט אלע אינפארמאציע לויט'ן געזעץ און די זשורי באטראכט אלעס לוט די פאקטן. דאס טייטש אז דער ריכטער באשליסט אויב אן עדות איז ווערט צו זיין אן עדות און די זשורי באשליסט אויב די אינפארמאציע פון די עדות שטימט מיט'ן פאקט פון זייער אינפארמאציע און איז ווערט צו נוצן צו איינע פון די צוויי צדדים. ווי פריער דערמאנט איז דאס נאר אזוי איינגעשטעלט אין גענעראל אבער דער ריכטער האט שטענדיג די אויבערהאנט אויף די זשורי און ער קען איבערדרייען זייערע ווערטער אויב ער פארמאגט גענוג סיבות דערצו. דער ריכטער קען אויך באשליסן צו נוצן די פאקט פון די עדות אן פרעגן די זשורי אויב זיי זענען אויך מסכים דערצו.

ווען אלע אינפארמאציע און עדות'שאפטן זענען פארטיג וועלן די אדוואקאטן פאר ביידע צדדים זיך פארשטעלן פאר די זשורי מיט א סך הכל פון די אינפארמאציע און דאס אויסטייטשן לטובת זייער קליענט. ווען ביידע זענען פארטיג וועט דער ריכטער ערקלערן די זשורי וויאזוי צו נוצן דאס געזעץ אין דעם משפט כדי זיי זאלן קענען גרינגער און ריכטיגער מאכן זייער באשלוס. דערנאך וועט דער ריכטער רעטייערן פון געריכט צו געבן צייט פאר די זשורי פאר דעליבערעישאנס.

אין די דעליבערעישאנס קומען זיך אלע זשוריסטן צוזאם אין א ספעציעלע צימער אין געריכט און גייען איבער אלע זייערע אינפארמאציע וואס זיי האבן און נעמען זיך א פירער איבער זיי, געווענליך וועמען יעדער באשטעטיגט אז ער איז דער קלוגסטער אדער עלטסטער זשוריסט אין די זשורי. ווען די זשורי דעגרייכט אן אורטייל וועט דאס געריכט צוריקגערופן ווערן און די דער אנפירער פון די זשורי וועט אויפליינען דעם אורטייל וועלכע וועט אין א ציווילע משפט געבן די גערעכטיקייט פאר דעם תובע אדער נתבע און אין א קרימינאלע משפט וועלן זיינע ווערטער זיין שולדיג אדער נישט שולדיג. ווען ער איז פארטיג מיט זיין סטעיטמענט ווערט דער ריכטער פרעגן פון יעדן זשוריסט באזונדער אויב ער איז מסכים מיט דעם אורטייל און דערנאך וועט דער ריכטער באשליסן וויאזוי ענדגילטיג צו אורטיילן די הארבקייט פון דעם שטראף אין א קרימינאלע משפט און די ווערט אדער קנסים אין א ציווילע משפט.

די זשורי באקומט א באשטימטע צייט ווילאנג זיי קענען זיך דורכשמועסן צו דעגרייכן אן אורטייל. אויב זיין קענען זיך נישט אויסגלייכן וועט דאס זיין א געהאנגענע זשורי און דער ריכטער וועט אין רוב פעלער פארלאנגן מען זאל גענצליך איבערמאכן דעם משפט מיט א נייע זשורי.

איינמאל דער אורטייל פון די זשורי ווערט פארגעליינט וועט דער ריכטער דארפן אורטיילן לויט זייער באשלוס אזוי לאנג ווי ער האלט אז זייער אורטייל שטימט מיט'ן געזעץ. אויב נישט האט ער די כוח דאס איברצודרייען און אורטיילן אנדערש ווי זיי זאגן. איינמאל זיין פסק איז ארויסגעגעבן קען מען שוין נישט צוריקדרייען אפילו אויב עס קומט אן נייע אינפארמאציע און די איינציגסטע שאנס איז אן אפיעל געריכט וועלכע וועט באטראכטן אלע אינפארמאציע און אויך דער פסק פון דעם ערשטן ריכטער און נאר אויב ער וועט איינזען דערין א טעות וועט ער אקצעפטירן די קעיס און איבערמאכן דעם גאנצ'ן משפט מיט די זעלבע און אויך פרישע אינפארמאציע.


די זעקסטע אמענדמענט

די זעקסטע אמענדמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע ליינט זיך ווי פאלגענד:

"אין אלע קרימינאלע אנקלאגעס, זאל דער אנגעקלאגטער באקומען די רעכט צו א שנעלע און פובליק משפט דורך אן אימפעריעל זשורי פון די סטעיט אדער דיסטריקט וואו די פארברעכן איז דורכגעפירט געווארן. די דיסטריקט אין וועלכע דאס געזעץ איז געבראכן געווארן זאל ווערן אינפארמירט איבער די נאטור פון דעם פארברעכן און די דעטאלן פון די אנקלאגע. דער אנגעקלאגטער זאל ווערן קאנפראנטירט דורך די עדות קעגן אים און אויך עדות וועלכע זענען פאר זיין טובה זאלן אויפטרעטן. אויך זאל דער אנגעקלאגטער באקומען הילף זיך צו פארטיידיגן".

דער אמענדמענט איז קורץ און שארף און זאגט קלאר אז יעדער קרימינאלער האט די רעכט צו פארלאנגן א זשורי משפט און יעדע עדות מוז אויפגעברענגט ווערן. די קאנסטיטוציע זאגט אויך אז דער אנגעקלאגטער זאל שטענדיג פארטיידיגט ווערן און אויב ער האט נישט ווער עס זאל אים פארטיידיגן זאל דאס געריכט אים דאס צושטעלן פאר זיינע רעכטן. נאך א כלל וואס מיר זעען אין די קאנסטיטוציע איז דאס יעדע געריכטליכע משפט דארף לעגאל פארקומען אויף דעם ארט וואו די פארברעכן איז דורכגעפירט געווארן.

ארגינעל האט די קאנסטיטוציע נאר געגעבן א זשורי אין די קרימינאלע געריכט אבער שפעטערדיגע ענדערונגן האבן דאס איינגעשטעלט אויך אין די ציווילע געריכט און ביז היינט איז די געריכט פאר יונגע (דזשואווינאל) און פאמיליע געריכט געבליבן אן די זשורי סיסטעם.


קען מען זיך ארויסדרייען?

ארום 10 מיליאן איינוואוינער ארום דאס לאנד באקומען א זשורי הזמנה דורכאויס א יאר און ווייניגער פון 200,000 וועלן אין די ענדע דינען אלס א זשורי. 4 פון יעדע 5 מענטשן וואס קומען אן אין געריכט מיט א זשורי הזמנה ווערן אוועקגעשיקט נאך איין טאג. די איינגעלאדענטע פרובירן זיך ארויסדרייען מיט אלע סארט תירוצים און טייל פון זיי ווערן אומקוואליפיצירט דורך דאס געריכט. רוב מענטשן ווילן נישט דינען אלס א זשורי און די וואס זענען יא מסכים ווילן פונקט נישט ווען מען רופט זיי ווייל דעמאלט זענען זיי פארנומען. כאטש רוב זשוריסטן דינען צווישן 3 און 5 טעג זענען אבער רוב באזארגט איבער פארלירן געלט און דאס איז דער נומער איינס סיבה פארוואס מענטשן דרייען זיך ארויס דערפון.

יעדער וואס באקומט אן הזמנה דורך די פאסט וועט באקומען א נומער וואו מען קען רופן פאר מער אינפארמאציע. די יוסטיץ סיסטעם לאזט אפשטופן א זשורי דינסט איינמאל נאכדעם וואס דער איינגעלאדנטער שטעלט זיך פאר א ריכטער צו ערקלערן די תירוצים פארוואס מען קען נישט יעצט דינען אין די זשורי. דער צווייטער מאל מען ווערט אויסגעקליבן איז שוין נישט פאראן קיין שום תירוץ און מען מוז אויפטרעטן בלית ברירה.

רוב מענטשן וועלכע באקומען א זשורי הזמנה ענטפערן א תירוץ אויפ'ן פאפיר און שיקן דאס צוריק דורך די פאסט. אין אזא פאל איז עס נאר גענוג אפצושטופן אויף א נייע געלעגנהייט ווען מען וועט זיך מער נישט קענען ארויסדרייען. ביים צווייטן מאל אויב מען וויל זיך נאך אלץ ארויסדרייען דארף מען זיך שטעלן פאר א ריכטער וועלכער קען באשטראפן די וואס ווילן נישט גיין און וועט געבן א לעקציע איבער דאס וויכטיקייט פון די זשורי סיסטעם. אזויווי יעדע אנדערע וואלונטיר זענען פאראן גענוג מענטשן וועלכע זענען וויליג צו דינען אין א זשורי אבער דאס געזעץ זאגט אז דאס מוז אויסדערוועלט ווערן על פי גורל כדי עס זאלן שטענדיג זיין זשוריסטן פון אנדערע סארטן צו געבן א יושר'דיגן משפט פאר יעדן איינעם.

יעדע שטאַט האט זיך זיינע אייגענע געזעצן וועלכע באשיצן ארבעטער פון ווערן אויפגעזאגט אדער באשטראפט דורך זייערע ארבעט'ס געבער און עס זענען פאראן באזונדערע באשיצונג פאר לערערינ'ס און סטודענטן וועלכע ווערן אפטמאל אויסדערוועלט אלס א זשורי.

אין רוב שטעט באקומען די זשוריסטן א קארגע 15 ביז 20 דאלאר פער טאג אלס קאמפענסאציע אין צוגאב צו שאדן וואס עס קאסט צו קומען אין געריכט מיט אן אויטא אדער אנדערע טראנספארטאציע מיטל. עס זענען פאראן סטעיטס וועלכע צאלן מער אבער אין רוב פעלער באקומט מען נאר די מינימום.

וויבאלד אלע געריכטן ווערן אדמיניסטרירט אויף די ענגלישע שפראך קען מען נאר זיין א זשורי אויב מען קען רעדן און פארשטיין ענגליש. אויב איינער וואס קען נישט קיין ענגליש באקומט אן הזמנה דארף ער זיך שטעלן פאר א ריכטער און ערקלערן אז ער קען נישט קיין ענגליש און נאר דער ריכטער קען אים דעקוואליפיצירן.

עלטערן וועלכע האבן קליינע קינדער קענען זיך גרינג ארויסדרייען פון די זשורי און א ריכטער וועט דאס אפשטופן אויף א פרישער געלענגנהייט אדער דעקוואליפיצירן וואס מיינט אז מען איז מעגליך פטור פון זשורי פאר א גאנץ לעבן.

איינער וועלכער איז שוין איינמאל אויסגעוועלט געווארן פאר א זשורי וועט געווענליך נישט גערופן ווערן נאכאמאל ביז נאך א יאר. אויב איינער ווערט יא גערופן נאכאמאל אינעם זעלב'ן יאר האט ער די רעכט דאס אפצואווארפן אדער אויב עס איז שוין איבער א יאר פון זיין ערשטע זשורי דינסט וועט יא מוזן נאכאמאל ערשיינען.

דאס געזעץ פארלאנגט פון יעדן צו דינען אלס א זשורי אפילו אויב מען געפינט זיך אין ספעציעלע אומשטענדן. מען קען טיילמאל זען זשוריסטן אין ווילטשעירס, מיט ספעציעלע הערונג מאשינען, און אנדערע זאכן. דאס געריכט מוז לעגאל צושטעלן די נויטיגע אקאמאדאציעס פאר זשוריסטן אין ספעציעלע אומשטענדן און אויב זיי קענען דאס נישט צושטעלן ווערט מען אויטאמאטיש דעקוואליפיצירט.


איין טאג אדער איין משפט

יעדער וואס וויל איינגיין אין דעם סיסטעם דארף אנרופן דאס געריכט וועלכע וועט אים באשטימען א טאג אין יאר וועלכע איז זיין טאג צו קומען אין געריכט דינעם אלס א זשורי. אויב עס מאכט זיך פונקט יענעם טאג נישט קיין משפט וועלכע דארף א זשורי איז מען פטור דערפון פאר איין יאר. דער סיסטעם האט די בענעפיטן אז דאס געריכט איז פארזיכערט אז יעדן אינדערפרי וועלן א געוויסע צאל מענטשן אנקומען אין געריכט און זיי וועלן שטענדיג האבן גענוג זשוריסטן אויב עס פעלט זיך אויס. די ארבייטער און זייערע ארבעטס געבער פארדינען נאך מער דערפון ווען זיי ווייסן וועלכע טאג דער ארבייטער וועט פעלן און מען קען זיך אויסרעכנען מיט די ארבעט און אויסשטעלן נייע סקעדזשועלס אויב דער ארבייטער וועט אויפגענומען ווערן.


נאכ'ן משפט

באלד ווען א משפט איז פארטיג מיט'ן ריכטער אויפליינען אן אורטייל, ווערן אלע זשוריסטן אויסגעטיילט א צערטיפיקאט פאר זייער סערוויס און זיי ווערן באלד באפרייט און קענען אהיימגיין. אין פעלער פון א פובליק משפט וועלכע מערערע מענטשן האלטן מיט וועט די מידיא געווענליך בעטן די זשוריסטן זיי זאלן ענטפערן אויף זייערע פראגעס. אין די פרייע אמעריקע האבן די זשוריסטן די רעכט צו ענטפערן אויף אלע סארט אינפארמאציע וואס זיי ווייסן און אויב זיי ווילן נישט קענען זיי אוועקשפאצירן פון די רעפארטער.

עס איז א נארמאלער זאך אז די זשוריסטן געבן זיך די טעלעפאן נומערן איינע פאר די אנדערע פאר שפעטערדיגע קאמיוניקאציע וועגן די משפט וועלכע זיי האבן מיטגעהאלטן. וויבאלד דורכאויס די משפט קענען זיי נישט רעדן צו קיינעם איז זיי זייער אינטערעסאנט דאס איבערצושמועסן שפעטער נאכדעם וואס זיי רעדן צו אנדערע מענטשן דערוועגן. אין געוויסע פעלער וועלן די זשוריסטן אנרופן פרעמדע מענטשן וועלכע האבן געהאט ענליכע פעלער און וועלן זיך אדורכשמועסן וויאזוי יענער האט באהאנדלט די אינפארמאציע. פארשטייט זיך אז יעדער זשוריסט האט די רעכט אפצוהאקן און פארגעסן פון יעדן איינעם און אויב די מידיא אדער אנדערע מענטשן פייניגן אים דערנאך וועט אים דער ריכטער ארויסהעפלן מיט לעגאלע שריט.

א זשורי קען מיטהאלטן אלע סארט משפטים און טיילמאל קענען טייל זשוריסטן איבערגענומען ווערן מיט עמאציאנאלע געפילן איבער די מאס אדער אנדערע פסכילאגישע אטאקעס. אין אזא פאל וועט די רעגירונג צושטעלן סאציאלע סערוויס צו העלפן די עפעקטירטע.

ווען עס האנדלט זיך פון ערנסטע קרימינאלע משפטים וואו עס ווערן פאראורטיילט גרויסע פארברעכער וועלכע זענען פארבינדן צו קרימינאלע גרופעס (ווי מאפיא אדער ענליך) דעמאלט וועלן אלע אינפארמאציע פון די זשורי געהאלטן ווערן אין געהיים און קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן ווער זיי זענען געווען. אין נארמאלע משפטים ווערט יא די זשורי געזען ווייל דאס געזעץ פארלאנגט אז עס זאל זיין א אפענע משפט אין וועלכע די אנקלעגער און אנגעקלאגטע זאלן קענען זען ווער זענען זייערע פאראורטיילער. אין יעדע פאל אויב א זשוריסט שפירט אז ער/זי איז אין פחד צוליב סיי וועלכע סיבה קען מען דאס איבערגעבן פאר'ן ריכטער און דער ריכטער וועט באשליסן וואס מען זאל טאן.


זעט אויך

גרענד זשורי nn:Meddommar