אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עשרה נסיונות"

5,204 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
המשך
(←‏די נסיונות: צופאסונג המשך)
(המשך)
שורה 147: שורה 147:
|{{צבע גופן|אפור|נישט גערעכנט}}
|{{צבע גופן|אפור|נישט גערעכנט}}
|}
|}
==דער ציל פון די נסיונות==
טייל מקורות באטאנען אז די נסיונות זענען נישט געווען געצילט אויסצופרובירן אברהם זעלבסט און זיך איבערצייגן אין זיין אמונה, נאר צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט די אמונה שלימה פון אברהם אבינו און זיין אהבת ה', דערמיט צו בארעכטיגן אין די אויגן פון מענטשן די באזונדערע גוטע זאכן וואס השי"ת האט אים געגעבן און צוגעזאגט{{הערה|זעט רש"י, בראשית, כב, יב; [[רמב"ם]], מורה נבוכים, ג, כד; רד"ק, כב, א (דער רד"ק לייגט צו אז דאס איז געווען נישט בלויז מודיע צו זיין פאר אלע מענטשן אין זיין דור, נאר אויך פאר די קומענדיגע דורות וועלכע גלייבן וואס שטייט אין די תורה). טייל פון זיי באזירן עס אויף די רייד פון [[חז"ל]] ({{מדרש רבה|בראשית|נה|ב}}. זעט אויך {{זוהר|א|קמ|א}}) ווי עס ווערט גע'דרש'נט דער פסוק "ה' צַדִּיק יִבְחָן" ({{תנ"ך|תהילים|יא|ה}}). זעט רבנו בחיי, בראשית, כב, א; אברבנאל, בראשית, יב, י; [[רבי נפתלי צבי יהודה בערלין|נצי"ב]], העמק דבר, כב, א; [[רבי קלונימוס קלמן הלוי פון קראקא]], מאור ושמש, פרשת בא, ד"ה וְיֵרָאֶה לומר.}}, אדער אויך צו ענטפערן פאר די מלאכים וועלכע האבן טענות{{הערה|און דערפאר האט דער מלאך געזאגט "עתה ידעתי" און נישט פריער, ר"ח פלטיאל און תוספות השלם אויף בראשית כב.}}, און פארשווייגן דעם מידת הדין וואס איז מקטרג{{הערה|רוקח און חזקוני אויף בראשית כב}}. טייל מפרשים טייטשן לויט דעם דאס ווארט "נסה" ווי "נשא", אויפגעהויבן{{הערה|ראב"ע, בראשית, כב, א, בשם יש אומרים}}, אדער פון לשון נס וואס טייטשט א [[פאן]]{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נה|א}}; רבי יצחק אברבנאל אויף בראשית כב}}, אדער פון לשון אויפהייבן א קול, צו גרויסן זיין נאמען אויף דער וועלט אז מען זאל זאגן "ווער איז נאך ווי אברהם וועלכער האט מקריב געווען זיין איינציג קינד אויפן מזבח"{{הערה|מושב זקנים, ריב"א און תוספות השלם אויף בראשית כב.}}, אדער א לשון פון א צייכן און סימן, צו מודיע זיין פאר דער וועלט דער ענין פון [[שכר ועונש]]{{הערה|הכתב והקבלה, בראשית כב}}.
דאקעגן, שרייבן טייל מקורות אז דער ציל פון די נסיונות אז געווען אויסצופרובירן אברהם צי ער וועט [[בחירה|אויסוועלן]] מקיים צו זיין דעם באפעל פון השי"ת, און אים צוגעבן שכר דערנאך{{הערה|[[רבי אברהם אבן עזרא|אבן עזרא]], בראשית, כב, א. ער ווייזט דאס אויף מיט דעם וואס ביי א חלק פון די נסיונות (ווי עקידת יצחק) איז נישט אנוועזנד געווען קיין אנדערע מענטש.}}. דאס ווערט ערקלערט דורך טייל, אז די מטרה פון א נסיון איז דער רצון ה' אז די צדיקים זאלן אויספירן זייער גוטע מחשבה  און ארויסברענגען זייער צדקות מן הכוח אל הפועל, כדי השי"ת זאל זיי געבן שכר פאר א גוטע מעשה און נישט בלויז דער שכר וואס קומט פאר א גוטע הארץ{{הערה|רמב"ן, פירוש הר"ן און ספורנו אויף {{תנ"ך|בראשית|כב}}. דער ספורנו לייגט צו, אז מיט דעם גלייכט זיך דער מענטש מער צו השי"ת וועלכער איז א גוטער בפועל, און דער ציל פון בריאת האדם אז געווען אז דער מענטש זאל זיך גלייכן צו השי"ת אויף וויפיל מעגליך. זעט אויך ספר העיקרים ד, יג.}}, און אויך איז נישט גלייך דער בעל מידה טובה בכוח צו דער וואס האט עס אויסגעפירט בפועל און האט עס דערמיט געמאכט פאר זיינס א שטארקע אייגנשאפט{{הערה|אמרי שפר לרבי יהודה בן [[מהר"ם חלאווה]], אויף בראשית כב, וועלכער ערקלערט אזוי אויך די כוונה פון ראב"ע. אזוי שרייבט אויך דער ר"ן אויף "עתה ידעתי" ({{תנ"ך|בראשית|כב|יב}}): {{ציטוטון|עתה נתחזקה תכונתך ביראתי ואהבתי}}.}}.


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}