אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זשאן-פאל סארטרע"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ז'אן-פול סארטר]] | [[he:ז'אן-פול סארטר]] | ||
רעוויזיע פון 07:21, 24 אקטאבער 2023
זשאַן-פאל סאַרטרע (פראַנצויזיש: Jean-Paul Charles Aymard Sartre; 21סטן יוני 1905 – 15טן אפריל 1980) איז געווען א פראנצויזישער פילאזאף, דראמאטורג, ראמאניסט, סצענאר, פאליטישער אקטיוויסט און ליטעראטור קריטיקער.
ביאגראפיע
זשאן-פאל איז געבוירן דעם 21סטן יוני 1905 אין פאריז, פראנקרייך, צו זיין פאטער זשאן-באפטיסט סארטרע, אן אפיציער אין דעם פראנצויזישן פלאט, און זיין מוטער אן-מארי שווייצער. ווען ער איז געווען אלט פופצן מאנאטן איז זיין פאטער געשטארבן, און זיין מוטער האט זיך צוריקגעצויגן צו אירע עלטערן. דארט האט זיין זיידע אים געלערנט מאטעמאטיק און ליטעראטור.
ער האט שטודירט פילאזאפיע אין עקאל נארמאל סופעריער. אין 1929 האט ער באקומען א דאקטאראט אין פילאזאפיע. דאס זעלבע יאר האט ער באקאנט סימאן דע באוואר וואס איז דעמאלסט געווען א סטודענטקע אינעם סארבאן. פון 1929 ביז 1931 האט ער געדינט אין דער פראנצויזישער מיליטער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!