אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זענטא"
ק (Bot: Migrating 20 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q571136 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022
זענטא (סערביש: Сента אדער Senta; אונגאַריש: Zenta; רומעניש: Zenta; דייטש: Senta) איז א שטאט אין סערביע (אמאל יוגאסלאוויע), אייראפע.
דער לעצטער סאטמארער רבי זצ"ל, ר' משה טייטלבוים, מחבר פון ספר „ברך משה", איז געווען דארט דער שטאט'ס רב איידער דער צווייטער וועלט מלחמה, דינענדיג שוין פון אלס בחור זייענדיג אלט 18 יאר, ווי עס איז פארצייכענט אויף זיין חתונה הזמנה "רב דק"ק זענטא".
עס האבן געוואוינט דארט בערך 500 פרומע משפחות, די מערהייט זענען געווען מער נעאלאגיש און ציוניסטיש. דער „ברך משה" איז געווען בלויז רב פאר די ארטאדאקסישע "קהל ספרדים", בערך 200 משפחות, און נישט געהאט קיין שייכות מיט דער אנדערער קהלה, די מערהייט פון זיין קהלה זענען געווען אשכנזיש נישט חסידיש, אבער זענען צוביסלעך צוגעצויגן צו די חסידישע אויפפירונגען.
בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה האט דארט געוואוינט בערך 25 טויזנט איינוואוינער, עס האט באלאנגט פאר אונגארן, און 90% איינוואוינער האבן גערעדט אונגאריש.
תיכף נאך דער מלחמה זענען א קליינע צאל שואה איבערלעבער פרומע אידן צוריק געקומען אהין וואוינען, אבער זיי האבן אלע נאך א יאר פארלאזט די שטאט. זייט דעמאלטס וואוינען נישט קיין שום פרומע אידן דארט.
יארן פריער איז דארטן געווען רב הרב יצחק היילברוין (היילפרין) טאטע פון הרב יעקב היילברוין (האלפרין) בעמח"ס שו"ת מגילת סדרים וואס איז געווען רב אין דערנעבענדיגן שטעטל אדא.
אין 2002 האבן געוואוינט דארט בערך 20 טויזנט איינוואוינער.
די דערנעבענדיגן שטעט וואס האבן אויך געוואוינט אסאך אידן איידער דער מלחמה, איז פעטראוואסעלע און אדא.