אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דזשיבעריש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 25: שורה 25:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:ג'יבריש]]
[[he:ג'יבריש]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 06:44, 24 אקטאבער 2023

דזשיבעריש (ענגליש: Gibberish) אדער טאָטעריש איז א טערמין וואס מען באצייכנט א קאמבינאציע פון ווערטער וועלכע קוקן אויס ווי אויטענטיש אבער באמת זאגט עס גארנישט, און אויך דער רעדער אדער שרייבער זעלבסט פארשטייט עס נישט. (וו.צ.ב.ש. מילעם אויבנעראלע באשלעגולווילציע אומקעראציע).

א באוואוסטער פאל פון דזשיבעריש אין ליטעראטור איז די דיכטונג "דזשאבערוואקי" (Jabberwocky) פון לואיס קאראל.

צומאל קען מען זען טעקסט וועלכע קוקט אויס ווי דזשיבעריש, אבער באמת איז דאס א קאד שפראך, וועלכע די מבינים ווייסן זייער גוט די באדייט.

ווען מען באניצט זיך מיט דעם ווארט דזשיבעריש

צומאל ווערט דאס ווארט דזשיבעריש באניצט אלס א שפאט ווארט אויף א שפראך וועלכע דארף אויסקוקן הויך און פראפעסיאנאל, און איז באפיצט מיט אומפארשטענדליכע און אומגעווענליכע ווערטער, כדי צו שאפן א פראפעסיאנעלע רושם אויף די ליינער אדער הערער.

אויך ווערט דאס ווארט דזשיבעריש באנוצט צו באצייכענען א טעות אין עלעקטראנישן טעקסט וועלכע מען זעט אויסגעדרייט אדער מיט אומבאוואוסטע קאדן און כאראקטערס, למשל ¥ § ¢ © , וועלכע קומען פון דעם וואס דער שרייבער און דער ליינער האבן נישט די זעלבע קאדירן (ענגליש: "coding", דייטש: "Kodieren") סיסטעם. אבער אין אסאך פעלער קען מען ליינען דעם טעקסט דורך טוישן דעם קאד.

טשארלי טשעפלין איז געווען באקאנט אלס א שפילער וועלכער האט געקענט גוט רעדן דזשיבעריש. אינעם פילם "דער גרויסער דיקטאטאר" (The Great Dictator) מאכט ער חוזק פון דעם עסטרייכישן פירער פון נאצי-דייטשלאנד מיט זייערע הויך שפיציגע רציחותדיגע שפראך, ער רעדט דארט אין דזשיבעריש וועלכע טרייבט ליצנות פון די דרשות פונעם צורר היהודים היטלער. אבער אמאל רעדט ער באמת אויף דייטש אז ער זאגט עטליכע ווערטער און פראזעס ווי צום ביישפיל "danke schön" ("א דאנק") און "Sauerkraut" ("זויערקרויט"). אין זיין "דעמאקראטיע שטונק" רעדע ערקלערט ער זיין אידעאלאגיע מיטן דייטשן אקצענט "דעמאקראטיע - שטינק, פריי שפרעכן - שטינק". דער איבערטייטשער טייטשט עס איבער אין ענגליש: דער פוי האלט אז דעמאקראטיע איז מיאוס, דער פוי פארמיאוסט דאס פרייהייט פון ווארט".

דאס ווארט דזשיבעריש

דאס ווארט קומט פון דעם ענגלישן ווארט gibber וואס עס מיינט פלאפלען. אדער פון דעם אראבישן שרייבער דזשעבאר בראחיאן جَابِر بِن حَيَّان, אדער ווי מען פלעגט אים רופן אין לאטייניש Geber, וועלכע פלעגט שרייבן זיינע ביכער מיט א אומפארשטענדליכער שפראך.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!