אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאיר יוסט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:מאיר יוסט)
ק (דעסקריפציע)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=Dutch rabbi (1908-2010)|העב=רב הולנדי|}}
הרב '''מאיר יוסט''' ([[ה'תרס"ח]] - [[כ"ה ניסן]], [[ה'תש"ע]]) איז געווען דער [[הויפט רב]] פון [[האלאנד]] פון תשכ"ה ביז זיין פטירה, א משך פון 45 יאר.<ref name=radionetherlands>{{cite news|first=|last=|title=Dutch Chief Rabbi Meir Just dies aged 101|url=http://www.rnw.nl/english/article/dutch-chief-rabbi-meir-just-dies-aged-101 |work=[[Radio Netherlands Worldwide]]|publisher= |date=2010-04-09 |accessdate=2010-04-17}}</ref>  
הרב '''מאיר יוסט''' ([[ה'תרס"ח]] - [[כ"ה ניסן]], [[ה'תש"ע]]) איז געווען דער [[הויפט רב]] פון [[האלאנד]] פון תשכ"ה ביז זיין פטירה, א משך פון 45 יאר.<ref name=radionetherlands>{{cite news|first=|last=|title=Dutch Chief Rabbi Meir Just dies aged 101|url=http://www.rnw.nl/english/article/dutch-chief-rabbi-meir-just-dies-aged-101 |work=[[Radio Netherlands Worldwide]]|publisher= |date=2010-04-09 |accessdate=2010-04-17}}</ref>  


שורה 34: שורה 35:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:מאיר יוסט]]
[[he:מאיר יוסט]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 22:23, 23 אקטאבער 2023

הרב מאיר יוסט (ה'תרס"ח - כ"ה ניסן, ה'תש"ע) איז געווען דער הויפט רב פון האלאנד פון תשכ"ה ביז זיין פטירה, א משך פון 45 יאר.[1]

יונגע יארן

מאיר יוסט איז געבוירן אין תרס"ח צו זיין פאטער רבי ניסן יוסט, גבאי פון דעם אהבת ישראל, אין וויזשניץ, בוקאווינא (היינט אוקראינע). ביים ערשטן וועלט קריג האט די משפחה זיך געצויגן פון וויזשניץ, וואס איז געווארן א קריג זאנע, קיין גרויסווארדיין אין זיבנבערגן (דעמאלסט אונגארן).

ישיבה

ער האט געלערנט אין ישיבה אין וויזשניץ, און דערנאך אין גרויסווארדיין ביי הרב פינחס הורוויץ, מחבר פון "פתחא זוטא. פון דארטן איז ער געגאנגען לערנען ביי רב דושינסקי אין חוסט; שפעטער האט ער געלערנט אין פראנקפורט. אין תרצ"ג האבן די נאציס איבערגענומען די הערשאפט אין דייטשלאנד, און מאיר איז צוריקגעפארן קיין גרויסווארדיין. דארטן איז ער געווארן דער פארזיצער פון צעירי אגודת ישראל. אום אלול תרצ"ג איז ער געווען א דעלעגאט צו דער כנסיה גדולה פון אגודת ישראל אין מארינבאד.[2]

צווייטער וועלט קריג

ביים צווייטן וועלט קריג האט ער מיט זיין ווייב זיך באהאלטן אין א וויינגארטן פון א גוי אין בודאפעשט.[2] ער האט איבערגעלעבט דעם חורבן אייראפע, און נאכן צווייטן וועלט קריג האט ער זיך באזעצט אין אנטווערפן, בעלגיע.[3] אין תשי"ד איז ער געווארן א מגיד שיעור אין דער ישיבה פון מאנטרע, שווייץ, אויף זיבן יאר. אין תרכ"ג האט מען אים גערופן צו ווערן ראש בית דין פון ק"ק אמסטערדאם, און אויך הויפט רב פון האלאנד;[3] ער האט אויפגענומען דעם אמט צוויי וואכן פאר פסח.[2]


פטירה

עש"ק כ"ה ניסן תש"ע איז ער נפטר געווארן אין אמסטערדאם, און זונטאג האט מען אים אריבערגעפירט אין ירושלים, וואו דער אב"ד הרב טוביה ווייס און רב שיינין, ראש ישיבה פון דער קאמעניצער ישיבה, האבן אים מספיד געווען. מען האט אים באערדיגט אין הר הזיתים.[3]


רעפערענצן

  1. "Dutch Chief Rabbi Meir Just dies aged 101", Radio Netherlands Worldwide (2010-04-09). דערגרייכט דעם 2010-04-17. 
  2. 2.0 2.1 2.2 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען tog
  3. 3.0 3.1 3.2 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען shabato


Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!