אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:הויפטשטאט"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:עיר בירה) |
ק (דעסקריפציע) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=primary governing city of a top-level (country) or first-level and second-level subdivision (country, state, province, regency, etc) political entity|העב=מרכז שלטוני ופוליטי|דייטש=politisches Zentrum eines Staates oder einer Verwaltungseinheit und oft Sitz der obersten Staatsgewalten|}} | |||
די '''הויפטשטאט''' פון א [[לאנד]] איז די שטאט וואס דינט אלץ צענטער פון דער [[רעגירונג]] פונעם לאנד. בדרך כלל איז די הויפטשטאט א [[שטאט]] וואו ס'געפינט זיך רוב [[אינסטיטוציע]]ס פון דער [[רעגירונג]], למשל די ביוראס פון דער רעגירונג, די וואוינונג פון דעם [[פרעזידענט]] אדער דעם הויפט פון דער שטאַט, די הויפט [[געריכט]] און די קאמאנדע פון דער [[מיליטער]]. אויך וואוינען דארט די [[אמבאסאדאר|אמבאסאדארן]] פון פרעמדע לענדער. אפטמאל איז די הויפטשטאט די גרעסטע שטאט פון לאנד. | די '''הויפטשטאט''' פון א [[לאנד]] איז די שטאט וואס דינט אלץ צענטער פון דער [[רעגירונג]] פונעם לאנד. בדרך כלל איז די הויפטשטאט א [[שטאט]] וואו ס'געפינט זיך רוב [[אינסטיטוציע]]ס פון דער [[רעגירונג]], למשל די ביוראס פון דער רעגירונג, די וואוינונג פון דעם [[פרעזידענט]] אדער דעם הויפט פון דער שטאַט, די הויפט [[געריכט]] און די קאמאנדע פון דער [[מיליטער]]. אויך וואוינען דארט די [[אמבאסאדאר|אמבאסאדארן]] פון פרעמדע לענדער. אפטמאל איז די הויפטשטאט די גרעסטע שטאט פון לאנד. | ||
שורה 14: | שורה 15: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:עיר בירה]] | [[he:עיר בירה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 21:39, 23 אקטאבער 2023
די הויפטשטאט פון א לאנד איז די שטאט וואס דינט אלץ צענטער פון דער רעגירונג פונעם לאנד. בדרך כלל איז די הויפטשטאט א שטאט וואו ס'געפינט זיך רוב אינסטיטוציעס פון דער רעגירונג, למשל די ביוראס פון דער רעגירונג, די וואוינונג פון דעם פרעזידענט אדער דעם הויפט פון דער שטאַט, די הויפט געריכט און די קאמאנדע פון דער מיליטער. אויך וואוינען דארט די אמבאסאדארן פון פרעמדע לענדער. אפטמאל איז די הויפטשטאט די גרעסטע שטאט פון לאנד.
אין א פעדעראל לאנד רופט מען דאס ארט פון דעם שטאַט'ס רעגירונג די הויפטשטאָט פונעם שטאַט.
פינאנצילע הויפטשטאט
אין פיל לענדער איז פאראן אז די אפיציעלע הויפטשטאט איז נישט דער פינאנציעלער צענטער פון לאנד. אין אזא פאל טוט מען רופן דעם פינאנציעלער צענטער די "פינאנציעלע הויפטשטאט" פון לאנד. לדוגמא, אין אמעריקע איז וואשינגטאן די הויפטשאט אבער מאנהאטן איז די פינאנציעלע הויפטשטאט. אין ישראל איז תל אביב די פינאנציעלע הויפטשטאט, אבער ירושלים איז די אפיציעלע הויפטשטאט פון לאנד. אין כינע איז בייזשינג די הויפטשטאט און שאנכיי די פינאנציעלע הויפטשטאט.
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!