אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וועלט באנק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:41, 22 נאוועמבער 2022

דער וועלט באנק איז אן אינטערנאציאנאלער פינאנציעלער אנשטאלט וואס גיט הלוואות צו אנטוויקלידיקער לענדער צו העלפן אויפבויען זייער אינפראסטרוקטור. דער באנק איז געגרינדעט געווארן דעם 27סטן דעצעמבער, 1945. דער באנק איז צאמגעשטעלט פון פינף ארגאניזאציעס. דער וועלט באנק האט א ציל צו פארמינערן ארימקייט.

היסטאריע

פראנקרייך איז געווען דאס ערשטע לאנד וואס האט באקומען א הלוואה פונעם וועלטבאנק, פאר $897 מיליאן. אויך פוילן און טשילע האבן געבעטן הלוואות אבער זיי האבן נישט באקומען.

ביז 1967 האט מען געגעבן הלוואות מערסטן פאר אינפראסטרוקטור פראיעקטן ווי פארטן, שטראז סיסטעמען און קראפטווערק.

אין 1968 איז ראבערט מאקנאמארא געווארן פרעזידענט פונעם באנק און ער האט אנגעהויבן געבן הלוואות פאר סאציאלע פראיעקטן, צו בויען שולעס און שפיטעלער, און צו פארבעסערן שריפטקייט און פארמעריי. אויך האט ער איינגעפירט א נייע סיסטעם פון זאמלען אינפארמאציע פון לענדער וואס בעטן הלוואות, וואס האט געמאכט גיכער די פראצעסירונג פון בקשות פאר הלוואות.



מוסטער:עקאנ-שטומף