אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מטבע"
ק (החלפת טקסט – "מינהג" ב־"מנהג") |
ק (דעסקריפציע: צאלמיטל) |
||
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|צאלמיטל}} | |||
[[File:שקל פונעם ערשטן מרד.jpg|thumb|שקל פונעם ערשטן מרד, יאר ד' (69/70 אצ"ר)]] | [[File:שקל פונעם ערשטן מרד.jpg|thumb|שקל פונעם ערשטן מרד, יאר ד' (69/70 אצ"ר)]] | ||
אַ '''מטבע''' (לשון רבים: מטבעות) איז אַ [[מעטאל|מעטאלענער]] אָדער [[פלאסטיק|פלאסטיקער]] אָביעקט וואָס האָט געלטיקע [[ווערט]]. מען באַניצט מטבעות כּדי [[קויפן]] [[זאכן]]. מיט אַנדערע ווערטער, מטבעות זענען אַ ממשותדיקע פאָרעם [[געלט]], וואָס ווערט נישט באַשאַפן פון [[פאפיר|פּאפּיר]] ([[באנקנאט|באנקנאטן]]). געווענליך זענען מטבעות קיילעכיג און שטעלן אויס טעקסט און [[בילדער]]. דאָס פאָרשן מטבעות הייסט "נומיזמאַטיק." | אַ '''מטבע''' (לשון רבים: מטבעות) איז אַ [[מעטאל|מעטאלענער]] אָדער [[פלאסטיק|פלאסטיקער]] אָביעקט וואָס האָט געלטיקע [[ווערט]]. מען באַניצט מטבעות כּדי [[קויפן]] [[זאכן]]. מיט אַנדערע ווערטער, מטבעות זענען אַ ממשותדיקע פאָרעם [[געלט]], וואָס ווערט נישט באַשאַפן פון [[פאפיר|פּאפּיר]] ([[באנקנאט|באנקנאטן]]). געווענליך זענען מטבעות קיילעכיג און שטעלן אויס טעקסט און [[בילדער]]. דאָס פאָרשן מטבעות הייסט "נומיזמאַטיק." | ||
שורה 6: | שורה 7: | ||
==ייִדישע מטבעות== | ==ייִדישע מטבעות== | ||
די אידישע נומיזמאַטיק איז אַ זייער | די אידישע נומיזמאַטיק איז אַ זייער וויכטיגער טייל פון דער אידישער געשיכטע־פאָרשונג. פון [[תנ"ך]]־צייט האָבן מיר היינט ניט קיינע אידישע מטבעות, הגם אין תנ"ך ווערן דערמאָנט די [[וואג|וואָגן]] "[[שקל]]", "[[בקע]]", "[[קשיטה]]" און אַנדערע. מיר האָבן היינט נאָר געפינען אידישע מטבעות פון [[יהוד מדינתא]], פון די [[חשמונאים]]־הערשער און אַנדערע פון דער צווייטער העלפט פון [[בית שני]], און ווארשיינליך אויך מטבעות פון [[בר כוכבא]]. | ||
די געפונענע חשמונאים־מטבעות האָבן [[העברעאיש|העברעאישע]] [[אויסקריצונג|אויסקריצונגען]] (אין דער אַלטער העברעאישער שריפט), אבער אויף טייל מטבעות איז פארהאן אויך דער [[גריכיש|גריכישער]] נאָמען פון די אידישע הערשער; למשל: "[[יוחנן הורקנוס דער ערשטער|יהוחנן]] [[כהן גדול|הכהן הגדול]] וחבר היהודים", "יהודה" (פון קעניג [[אריסטובולוס דער פערטער|אַריסטובלוס]]), "ΑΛΕΞΑΝΔΡΟΥ ΒΑΣΙΛΕΩΣ" (דער קעניג [[ינאי המלך|יהונתן אלקסאנדער ינאי]]) און אַנדערע. | די געפונענע חשמונאים־מטבעות האָבן [[העברעאיש|העברעאישע]] [[אויסקריצונג|אויסקריצונגען]] (אין דער אַלטער העברעאישער שריפט), אבער אויף טייל מטבעות איז פארהאן אויך דער [[גריכיש|גריכישער]] נאָמען פון די אידישע הערשער; למשל: "[[יוחנן הורקנוס דער ערשטער|יהוחנן]] [[כהן גדול|הכהן הגדול]] וחבר היהודים", "יהודה" (פון קעניג [[אריסטובולוס דער פערטער|אַריסטובלוס]]), "ΑΛΕΞΑΝΔΡΟΥ ΒΑΣΙΛΕΩΣ" (דער קעניג [[ינאי המלך|יהונתן אלקסאנדער ינאי]]) און אַנדערע. | ||
שורה 34: | שורה 35: | ||
[[קאַטעגאָריע:געלט]] | [[קאַטעגאָריע:געלט]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מטבעות]] | [[קאַטעגאָריע:מטבעות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מטבע]] | |||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 02:43, 20 אקטאבער 2023
אַ מטבע (לשון רבים: מטבעות) איז אַ מעטאלענער אָדער פלאסטיקער אָביעקט וואָס האָט געלטיקע ווערט. מען באַניצט מטבעות כּדי קויפן זאכן. מיט אַנדערע ווערטער, מטבעות זענען אַ ממשותדיקע פאָרעם געלט, וואָס ווערט נישט באַשאַפן פון פּאפּיר (באנקנאטן). געווענליך זענען מטבעות קיילעכיג און שטעלן אויס טעקסט און בילדער. דאָס פאָרשן מטבעות הייסט "נומיזמאַטיק."
היסטאָרישע מטבעות ווערן באַשאַפן פון גאָלד, זילבער אָדער בראָנדז, היינט, שאַפט מען מטבעות מיט שטאַל, אַלומיניום און אַנדערע געמיינע מעטאַלן.
ייִדישע מטבעות
די אידישע נומיזמאַטיק איז אַ זייער וויכטיגער טייל פון דער אידישער געשיכטע־פאָרשונג. פון תנ"ך־צייט האָבן מיר היינט ניט קיינע אידישע מטבעות, הגם אין תנ"ך ווערן דערמאָנט די וואָגן "שקל", "בקע", "קשיטה" און אַנדערע. מיר האָבן היינט נאָר געפינען אידישע מטבעות פון יהוד מדינתא, פון די חשמונאים־הערשער און אַנדערע פון דער צווייטער העלפט פון בית שני, און ווארשיינליך אויך מטבעות פון בר כוכבא.
די געפונענע חשמונאים־מטבעות האָבן העברעאישע אויסקריצונגען (אין דער אַלטער העברעאישער שריפט), אבער אויף טייל מטבעות איז פארהאן אויך דער גריכישער נאָמען פון די אידישע הערשער; למשל: "יהוחנן הכהן הגדול וחבר היהודים", "יהודה" (פון קעניג אַריסטובלוס), "ΑΛΕΞΑΝΔΡΟΥ ΒΑΣΙΛΕΩΣ" (דער קעניג יהונתן אלקסאנדער ינאי) און אַנדערע.
הורדוס און זיין זין, און די רוימישע רעגירונג האבן געגאָסן בראָנדזע מטבעות מיט גרעכישע אויסקריצונגען.
אויף מטבעות פונעם מרד הגדול געפינט מען די יאָרן "א'" צו "ה'", די אויפשריפט "ירושלם הקדשה", "שקל ישראל", און לויט רמב"ן,[1] דאָס בילד פון דעם "גלעזל מן" און פון דעם בליענדן שטעקן פון אהרן הכהן.[2].
לעצטנס האָט מען אין ביתר (לעבן ירושלים), וואָס איז געווען די הויפּט־פעסטונג פון בר כוכבא געפונען די איעריכטונגען צו גיסן מטבעות וואָס שטאַמען וואַרשיינליך פון בר כוכבא. אויף בר כוכבאס מטבעות איז פארהאן דער אויפשריפט "שמעון" (בר כוכבאס אייגן נאָמען) און "ש"ב" (וואָס מאַכט "שנה ב'", דאָס 2טע יאָר "לחרות ישראל" [צו דער יידישער באַפרייאונג]). אויף טייל אויך "לחרות ירושלם". אויף איינער איז פארהאן "אלעזר הכהן." די דאָזיקע בר־כוכבא־מטבעות ווערן דערמאָנט מעגלעך אין תוספתא און גמרא (בבא קמא צ"ז) מיטן נאָמען "כוזביות" (צוליב בר כוכבאס נאָמען "בר כוזיבא").
מען האָט אויך אין פּוילן געפונען אַלטע פּוילישע מטבעות מיט העברעאישע אויפשריפטן "אברהם דוכס". זינט אייר תש"ח האָט די מדינת ישראל ארויסגעגעבן אייגן געלט.
ביי אשכנזים איז דער מנהג אויף חנוכה־צייט צו געבן מטבעות (חנוכה געלט) צו קינדער.
קוואַלן
כּלערליי געלערנטערן האָבן אַרויסגעגעבן ביכער וועגן די דאָזיקע אַלטע העברעאישע מטבעות:
- שמואל רפאלי, "מטבעות היהודים" 1913 (העברעאיש)
- אברהם אדאלף רייפנברג, "מטבעות היהודים", 1948 (העברעאיש)
- יעקב משורר, "אוצר מטבעות היהודים: מימי שלטון פרס ועד מרד בר־כוכבא", 1997
רעפערענצן
- ↑ אין רמב"נס פירוש אויף שמות ווערט געשריבן: "ברכני ה' עד כה, שזכיתי ובאתי לעכו, ומצאתי שם ביד זקני הארץ מטבע כסף מפותח פתוחי חותם, מצדו האחד כעין מקל שקד ומצדו השני כעין צלוחית, ובשני הצדדין סביב כתב מפותח באר היטב. והראו הכתב לכותיים וקראוהו מיד, כי הוא כתב עברי אשר נשאר לכותיים, כמו שמוזכר במסכת סנהדרין (כא ע"ב). וקראו מן הצד האחד "שקל השקלים", ומן הצד השני "ירושלם הקדושה". ואומרים כי הצורות מקלו של אהרן, שקדיה ופרחיה, והצורה השנית צנצנת המן."
- ↑ אזוי מיינט ר, דויטש אויכעט. משורר האלט אז דאס גלעזל איז דער גביע העומר און דער שטעקן איז פאקטיש א גרופע מילגרוימען.
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „מטבע” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!