אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:ביבליאגראפיע"
ק (←קוועלער קוואליטעט: הגהה) |
|||
שורה 78: | שורה 78: | ||
*PMID: ארטיקלען וואס ערשיינען אין די PubMed זייטל איז ראטזאם אויך אהין צו לינקען דורך שרייבן: PMID ######, ווען ###### איז די נומער פון די ארטיקל וואס ערשיינט אונטן אויף בלאט אין די PubMed וועבזייטל. | *PMID: ארטיקלען וואס ערשיינען אין די PubMed זייטל איז ראטזאם אויך אהין צו לינקען דורך שרייבן: PMID ######, ווען ###### איז די נומער פון די ארטיקל וואס ערשיינט אונטן אויף בלאט אין די PubMed וועבזייטל. | ||
==קוועלער קוואליטעט== | ==קוועלער קוואליטעט== | ||
נישט אלע קוועלער האבן דאס זעלבע קוואליטעט. פאלגנד איז א ליסטע פון פארשידענע סארט קוועלער, אויף | נישט אלע קוועלער האבן דאס זעלבע קוואליטעט. פאלגנד איז א ליסטע פון פארשידענע סארט קוועלער, אויף א סדר וואס גייט פון בעסטע צו שוואכסטע: | ||
#א בוך ארויסגעגעבן דורך אן אנערקענטער פארשער, וואס דינט עמטליך אין א באקאנטע אקאדעמישע | #א בוך ארויסגעגעבן דורך אן אנערקענטער פארשער, וואס דינט עמטליך אין א באקאנטע אקאדעמישע אינסטיטוציע. אזוי אויך אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין אן אקאדעמישן זשורנאל, אדער פארעפענטליכט דורכן פארשער אויף א פארנעם אז עס איז אפן פאר ציבור (און נישט בעל פה). | ||
#א בוך אדער פובליקאציע וואס איז געשריבן דורך | #א בוך אדער פובליקאציע וואס איז געשריבן דורך איינער מיט א הויכער טיטל אין זיין תחום, אבער אן אקאדעמישע שטאנד. | ||
#א בוך געשריבן דורך א צייטונג שרייבער, אדער איינער אן קיין דאקטער טיטל אין דער געביט. | #א בוך געשריבן דורך א צייטונג שרייבער, אדער איינער אן קיין דאקטער טיטל אין דער געביט. | ||
#אויטאביאגראפיעס און זכרונות. | #אויטאביאגראפיעס און זכרונות. | ||
# ביכער געשריבן איידער די וויסנשאפט איז אנטוויקלט געווארן אלס פארשערישע געביטן. צום ביישפיל: אריסטו'ס ווערק. | # ביכער געשריבן איידער די [[וויסנשאפט]] איז אנטוויקלט געווארן אלס פארשערישע געביטן. צום ביישפיל: אריסטו'ס ווערק. | ||
#צייטונגען און בלאגס: אזעלכע קוועלער זענען גוט פאר לעצטיגע געשענישן וואס זענען נאכנישט באשריבן געווארן אין אקאדעמישע שרייבווערק. | #צייטונגען און בלאגס: אזעלכע קוועלער זענען גוט פאר לעצטיגע געשענישן וואס זענען נאכנישט באשריבן געווארן אין אקאדעמישע שרייבווערק. | ||
באהויפטונגען פון א ניק אויף א פארום טראגן נישט קיין שום ווערד, און איז נישט פאררעכנט | באהויפטונגען פון א ניק אויף א פארום טראגן נישט קיין שום ווערד, און איז נישט פאררעכנט אלס א מקור. ד.מ. אז מען קען נישט באריכטן היימישע נייעס באזירט אויף שמועסערייען אויף אייוועלט. | ||
מען זאל ענדערש נאכקוקן | מען זאל ענדערש נאכקוקן דעם עצם מקור, ווי איידער ברענגען א באריכט וואס פארציילט דערוועגן. | ||
*א רעפערענץ צו א שטודיע זעלבסט, איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס. | *א רעפערענץ צו א שטודיע זעלבסט, איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס. | ||
*א רעפערענץ צו אן אורטייל איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס. | *א רעפערענץ צו אן אורטייל, איז בעסער ווי א באריכט דערוועגן אין די נייעס. | ||
אין די קאפיטלען "צו ליינען מער" און "לינקס" איז יא ראטזאם צו ברענגען אויך א באריכט אין א צייטונג, צו | אין די קאפיטלען "צו ליינען מער" און "דרויסנדע לינקס" איז יא ראטזאם צו ברענגען אויך א באריכט אין א צייטונג, צו פארגרינגערן פארן ליינער. | ||
די קוואליטעט פון די מקורות | |||
די קוואליטעט פון די מקורות איז נישט נוגע ווען מען רעפערירט צום זאך אליין. צום ביישפיל: אויב מען שרייבט אז א זינגער האט ארויסגעבן א סינגל, קען א לינק צו דעם סינגל דינען אלס קראנטער מקור, כאטש וואס דער סינגל איז היבש א שוואכער מקור לגבי דעם תוכן דערפון. | |||
==מקורות וואס דער שרייבער האט נישט נאכגעקוקט== | ==מקורות וואס דער שרייבער האט נישט נאכגעקוקט== | ||
א רעדאגירער וואס ברענגט אראפ א מקור צו א זאך, דערקלערט אז ער האט עס נאכגעקוקט, און ער קען באשטעטיגן אז דאס וואס ער ברענגט פון דארט שטייט טאקע דארט. אויב שטעלט זיך אויס אנדערש, און דער שרייבער האט דאס נישט נאכגעקוקט, וועט עס געשטעלט ווערן אין א באהאלטענע באמערקונג אין די טעקסט. | א רעדאגירער וואס ברענגט אראפ א מקור צו א זאך, דערקלערט אז ער האט עס נאכגעקוקט, און ער קען באשטעטיגן אז דאס וואס ער ברענגט פון דארט שטייט טאקע דארט. אויב שטעלט זיך אויס אנדערש, און דער שרייבער האט דאס נישט נאכגעקוקט, וועט עס געשטעלט ווערן אין א באהאלטענע באמערקונג אין די טעקסט. | ||
אין פרינציפ, גילט דאס אויך ווען מען זעצט איבער פון המכלול העברי אדער פון אנדערע וויקיפעדיעס. אבער אין דעם פאל, ווען עס קומט אן שווער (ווייל די פילטער פון די אינטערנעט געבט נישט צוטריט א.ד.ג.), קען מען נאכשרייבן פון המכלול/וויקיפעדיע, פארלאזנדיג זיך אז די קרעדיט געשאנקען ביים ענדע בלאט דינט ווי א קלארשטעלונג אז מען פארלאזט זיך אויך אויף זיי. | אין פרינציפ, גילט דאס אויך ווען מען זעצט איבער פון המכלול העברי אדער פון אנדערע וויקיפעדיעס. אבער אין דעם פאל, ווען עס קומט אן שווער (ווייל די פילטער פון די אינטערנעט געבט נישט צוטריט א.ד.ג.), קען מען נאכשרייבן פון המכלול/וויקיפעדיע, פארלאזנדיג זיך אז די קרעדיט געשאנקען ביים ענדע בלאט דינט ווי א קלארשטעלונג אז מען פארלאזט זיך אויך אויף זיי. |
רעוויזיע פון 20:30, 17 אקטאבער 2023
ביבליאגראפיע איז גאר וויכטיג פאר יעדן ארטיקל אין המכלול, צוליב צוויי סיבות:
ערשטנס, כדי נאכצוקומען איינע פון אירע גרונדפרינציפן, וואס לויטעט אז יעדע זאך דערמאנט דערין מוז קענען ווערן פעסטגעשטעלט - עפעס וואס איז באזונדער וויכטיג אין האקעלע טעמעס, ווי ביאגראפיעס איבער לעבעדיגע מענטשן. צווייטנס, כדי צוצושטעלן מראי מקומות פארן ליינער, פון וואו ער וועט זיך קענען ערגענצן און פארברייטערן אינעם טעמע פון אן ארטיקל. די ארטיקלען פארציילן בלויז איבער די פונדאמענטאלע פאקטן און געדאנקען פון אן ענין; דאס איבריגע קען דער ליינער אליין נאכגיין אין די קוועלער צוגעצייכנט.
כדי צו געבן המכלול אן איינהייטליכן אויסזען, זענען פארהאן כללים וואו און ווי אזוי צו פארצייכענען ביבליאגראפישע מקורות, געוואנדן לויט זייער נאטור און שייכות צום אינהאלט פונעם ארטיקל, ווי פאלגנד אויסגעשמועסט.
די ערטער וואו די מקורות ווערן צוגעצייכנט
מקורות ווערן צוגעצייכנט אויף דריי פלעצער, לויט זייער צוועק: אינעם אפטיילונג רעפערענצן, אינעם אפטיילונג צו ליינען מער, און אינעם אפטיילונג דרויסנדע לינקס.
דאס פלאץ | די אייגנשאפט פון מקור, און די שייכות צום טעמע | דער וועג עס צו טון |
---|---|---|
הערות | ווען אין עצם ארטיקל ווערט ציטירט א געוויסער מקור (דירעקט אדער אומדירעקט), אדער ווען עס פארלאנגט זיך א מקור פאר א ספעציפישע באהויפטונג | מען דארף עס פארבינדן דורך {{הערה}} צום אפטיילונג רעפערענצן |
צו ליינען מער | א כלליות'דיגע מקור וואס א גרויס טייל פון די ארטיקל איז געשריבן געווארן באזירט דערויף, אדער אלגעמיינע מקורות וואס פארברייטערן איבער די טעמע מער ווי אן ענציקלאפעדישע תמצית, און עס געפינט זיך נישט אויפן געוועב | מען דארף עס דערמאנען אין אפטיילונג צו ליינען מער, וואס פאלגט נאך דעם ארטיקל |
לינקס | א כלליות'דיגע מקור וואס א גרויס טייל פון די ארטיקל איז געשריבן געווארן באזירט דערויף, אדער אלגעמיינע מקורות וואס פארברייטערן איבער די טעמע מער ווי אן ענציקלאפעדישע תמצית, ווען עס געפינט זיך יא אויפן געוועב און מען קען דערצו פארבינדן דורך א לינק | מען דארף עס דערמאנען אינעם קאפיטל דרויסנדע לינקס |
די אלגעמיינע געבוי פון די ביבליאגראפיע אין המכלול
אין המכלול, אזוי ווי אין יעדער אנדערע חיבור, זענען דא כללים ווי אזוי צו פארצייכענען מקורות אויף אן איינשטימיגן פארמאט. אין אלגעמיין, וועט די ציטאט געשריבן ווערן אין די שפראך אין וועלכע מען קען ערהאלטן די קוואל; אין ענגליש, אידיש אדער עברית.
ווען מען צייכנט צו צו א בוך אדער א ספר, דאף מען צושטעלן פיר שטיקלעך אינפארמאציע: נאמען פון שרייבער, נאמען פון בוך (אין באלד), ארט געדרוקט, יאר געדרוקט. צום ביישפיל:
- אליהו ליפינער, אידעאלאגיע פון יידישן אלף בית חלק א, ייווא, תשכ"ז.
ווען מען צייכנט צו צו אן ארטיקל אין א זשורנאל, צייטשריפט, ענציקלאפעדיע אדער סיי וועלכע מקור ווי עטליכע מחברים שרייבן אריין אין איין באנד זאל מען צולייגן די נאמען פון די ארטיקלאין ציטאטן, און ענדיגט צו מיט די באלט נאמער. צום ביישפיל:
- אברהם יצחק לעוו, "די לעצטע מאָהיקאַנער", סאָקאָלער יזכור־בוך, ניו-יארק תשכ"ב, זייטן 566-582.
פאר אן ארטיקל אויפן אינטערנעט שרייבט מען נאמען פון שרייבער, נאמען פון ארטיקל (מיט א לינק צו ארטיקל), נאמען פון וועבזייטל, דאטום פובליצירט ביישפיל:
- זלמן ברוך מלמד, "הלוח העברי" אויפן "ישיבה" וועבזייטל, ניסן תשס"ג
אויב טוט די גאנצע מקור ארויס ברענגן די נקודה צו וואס עס איז צוגעצייכנט, זאל דארף מען שרייבן א מראה מקום אינעם בוך/ארטיקל זעלבסט. מען זאל אלעמאל שרייבן די בלאט נומער (צב"ש: "זייט 365", "דף כח עמוד ג"), און נישט די סימן/פרק אדער סיי וועלכע וועג די מקור איז צוטיילט. און אזא פאל זאל מען אויך אויסזאלן די בלאט נומען פון די ארטיקל. ביישפילן:
- בבבב
- בבבב
אויב איז די נקודה צו וואס מען ברענגט די מקור, איז די גאנצע תכלית אין חידוש פונעם בוך/ארטיקל זאל מען אויסלאזן די אינערליכע מראי מקומות. ביישפילן:
- בבבבב
- בבבבב
אין די פראפעסניעלער וועלט זענען פארהאן עטליכע נארמעס וויאזוי אויסצושטעלן די טייל פון א ציטאט. (זעט: [ענגלישע ארטיקל איבער citation]) מען קען ניצן וועלכן מען וויל, ווילאנג עס איז גענוג קלאר פארן היימישן ליינער, און מען מאכט זיכער אז כאטשיג אין יעדע ארטיקל פאר זיך ווערט די זעלבע מהלך גענוצט.
ווי אזוי מען פארצייכנט די טיילן פון א ציטאט
- אין באלד: אין אלגעמיין שרייבט אים באלד דער טייל, מיט וואס מען קען גריגער טרעפן די קוואל. אזוי, אז טראץ מיר ווילן צומאל זיך באציען דוקא צו א געוויסן ארטיקל אין א צייטשפריט, וועט אבער די נאמען פון די צייטשריפט זיין באלד ווייל מיט דעם טרעפט מען עס גרינגער. אזוי אויך ביי זשורנאל, צייטשריפט און ענציקלאפעדיע. ביים צוצייכענען צו א מקור אויפן געוועב מאכט מען גארנישט באלד.
- די לינק: אויב איז די מקור צום באקומען אויפן געוועב, זאל די לינק ליגן אינעם נאמען פונעם ארטיקל, וואס איז אין ציטאטן. אויב איז די מקור אין א בוך אדער ספר, זאל די מראה מקום אין דער ספר ענטהאלטן די לינק. אויב איז די גאנצע ספר/בוך די מקור, זאל די נאמען פון די ספר/בוך ענטהאלטן די לינק. ביים צוצייכענען צו א וועבזייטל, זאל די לינק זיין אין די קעפל פונעם ארטיקל.
- נאמען פון שרייבער: ווען די שרייבער איז אומבאקאנט, שרייבט מען "אומבאקאנטער שרייבער", ווען ער איז באקאנט און די מקור איז א אידישע מקור, זאל מען שרייבן צוערשט זיין ערשטן נאמען און נאכדעם זיין לעצטע נאמען. ווען עס זענען דא עטליכע, זאל מען ביז דריי שרייבן אלע, פון דארט און העכער זאל מען שרייבן די ערשטער, און דערנאך "און אנדערע".
- נאמען פון ארטיקל: די קעפל פון די ארטיקל וואס ערשיינט אויפן ערשטן בלאט פון די ארטיקל. (און נישט וואס ערשיינט אין די תוכן הענינים, דעקל פון די צייטשריפט אד"ג, וואס זענען טייל מאל אנדערש. אויב איז עס נישט באלד, זאל מען עס לייגן אין ציטאטן.
- נאמען פון ספר: די קעפל פון דער ספר. אויב איז דא עטליכע וואריאציעס אדער אפציע, מאכט עס די גרינגסטע פארן ליינער צו טרעפן. אויב איז דא עטליכע חלקים, זאל צו שרייבן וועלכע חלק עס איז. צי די נומער, אות, נאמען פון מסכתא, חלק אין שו"ע, אדער וויאזוי נאר דער מחבר האט אויסגעבליבן די באצייכענען די טיילן פון זיין חיבור. די נומער/נאמען פון די באנד קומט נישט אין באלד.
- די ארט געדרוקט: די ארט געדרוקט קען זיין די שטאט געדרוקט, אדער דער דרוקער/ארויסגעבער, אדער ביידע. פון די ארויסגעבער'ס נאמען איז איינגעפירט אויסצולאזן די ווערטער "הוצאה לאור", "publishing company", אפילו עס איז טייל פון זייער אפציעלע נאמען. אויב די ארויסגעבערס נאמען (אדער די צייטשריפטס נאמען) האט אין זיך די נאמען פון זיין שטאט, שרייבט מען נישט די שטאט.
- נאמען פון צייט שריפט: כאטש וואס אין פראפעסניעלע שרייבעריי איז אנגענומען צו פארצייכענען נאמען פון צייט שריפטן אין ראשי תיבות, דארף מען געדענקען אז המכלול איז געאייגנט פאר פשוטע מענטשן, און ארויס שרייבן די גאנצע נאמען קלאר. צום ביישפיל: מען זאל נישט שרייבן JNES, נאר ארויסשרייבן Journal Of Near Eastern Studies.
אויך קען מען צולייגן:
- רעדאקטאר/איבערזעצער: אין די פראפעסניעלע וועלט צייכנט מען צו אויך די נאמען פון די רעדאקטאר פון די צייטשריפט/זשורנאל וואו אן ארטיקל ערשיינט. לייגט עס צווישן די נאמען פון די ארטיקל און די נאמען פון די זשורנאל, מיטן די ווארט (רעדאקטאר) אין קלאמערן:
- ביישפיל
- אזוי אויך קען מען צולייגן, אלץ צוויטער מחבר, דער איבערזעצער. ביישפיל:
- בבבבבב
- ISBN: מידיע-וויקי דערקענט די בוכשטאבן ISBN וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט 10 צי 13 ציפערן, און מאכט דערפון א לינק.
- PMID: ארטיקלען וואס ערשיינען אין די PubMed זייטל איז ראטזאם אויך אהין צו לינקען דורך שרייבן: PMID ######, ווען ###### איז די נומער פון די ארטיקל וואס ערשיינט אונטן אויף בלאט אין די PubMed וועבזיילט.
ספרי יסוד
- תנ"ך: ספר נאמען פון ספר, פרק פלוני, פסוק פלוני
ביישפיל: ספר בראשית, פרק כב, פסוק ד
- משניות: מסכת נאמען פון מסכת, פרק פלוני, משנה פלוני
ביישפיל: מסכת קידושין, פרק י, משנה ח
- גמרא: תלמוד נאמען פון תלמוד (בבלי אדער ירושלמי), נאמען פון מסכת, דף פלוני עמוד פלוני
ביישפיל: תלמוד בבלי, מסכת ברכות, דף ח עמוד א
- יד החזקה: משנה תורה להרמב"ם, הלכות פלוני, פרק פלוני, הלכה פלוני
ביישפיל: משנה תורה להרמב"ם, הלכות ברכות, פרק ג, הלכה א
- שלחן ערוך: שלחן ערוך, נאמען פון חלק, סימן פלוני, סעיף פלוני
ביישפיל: שלחן ערוך, אורח חיים, סימן רנג, סעיף ה עס זענען פארהאן מוסטערן {{תנ"ך}}, {{משנה}}, {{בבלי}}, {{ירושלמי}}, {{רמב"ם}} און {{שלחן ערוך}} און ענליכס פאר נאך עטליכע ספרי קודש, וואס ערלויבן גרינג שרייבן א מקור ווי עס דארף צו זיין, און טוט גלייכצייטיג שאפן א לינק צום ספר אינעם שיתופתא וועבזייטל. די אויבנדערמאנטע כללים פאר תנ"ך משניות, גמרא, רמב"ם און שו"ע, זענען געזאגט געווארן אין אלגעמיין, און בעיקר ווען מען ברענגט אראפט א נקודה צוויי פון דארט. אין תורה'דיגע ארטיקלען, דארף מען צומאל שרייבן אנדערש, לפי הענין. די מוסטערן געאייגנט דערפאר לאזן זיך גרינג מאדעפיצירן, ווי ערקלערט אין זייערע דאקומענטאציעס. ענליך צו דעם, ווען מען דערמאנט ספרי קודש פון גדולי האחרונים דארף מען צומאל אוועקגיין פון די פארשריפטן. עס קומט נישט אין באטראכט, צו ביישפיל, צו שרייבן ". ווי אזוי צוצולייגן רעפערענצן צום ארטיקל, זע....
ווי אזוי מען פארצייכנט די טיילן פון א ציטאט
- אין אלגעמיין שרייבט אין באלד דער טייל, מיט וואס מען קען גריגער טרעפן די קוואל. אזוי, אז טראץ מיר ווילן צומאל זיך באציען דוקא צו א געוויסן ארטיקל אין א צייטשריפט, וועט אבער די נאמען פון די צייטשריפט זיין אין באלד ווייל מיט דעם טרעפט מען עס גרינגער.
- נאמען פון שרייבער: ווען די שרייבער איז אומבאקאנט, שרייבט מען "אומבאקאנטער שרייבער", ווען ער איז באקאנט זאל מען שרייבן צוערשט זיין ערשטן נאמען און נאכדעם זיין לעצטע נאמען. ווען עס זענען דא עטליכע, זאל מען ביז דריי שרייבן אלע, פון דארט און העכער זאל מען שרייבן די ערשטער, און דערנאך "און אנדערע".
- נאמען פון ארויסגעבער: פון די ארויסגעבער'ס נאמען איז איינגעפירט אויסצולאזן די ווערטער "הוצאה לאור", "publishing company", אפילו עס איז טייל פון זייער אפציעלע נאמען.
- נאמען פון צייט שריפט: כאטש וואס אין פראפעסיאנעלע שרייבעריי איז אנגענומען צו פארצייכענען נאמען פון צייטשריפטן אין ראשי תיבות, דארף מען געדענקען אז המכלול איז געאייגנט פאר פשוט'ע מענטשן, און ארויס שרייבן די גאנצע נאמען קלאר. צום ביישפיל: מען זאל נישט שרייבן JNES, נאר ארויסשרייבן Journal Of Near Eastern Studies.
- ISBN: מידיע-וויקי דערקענט די בוכשטאבן ISBN וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט 10 צי 13 ציפערן, און מאכט דערפון א לינק.
- PMID: ארטיקלען וואס ערשיינען אין די PubMed זייטל איז ראטזאם אויך אהין צו לינקען דורך שרייבן: PMID ######, ווען ###### איז די נומער פון די ארטיקל וואס ערשיינט אונטן אויף בלאט אין די PubMed וועבזייטל.
קוועלער קוואליטעט
נישט אלע קוועלער האבן דאס זעלבע קוואליטעט. פאלגנד איז א ליסטע פון פארשידענע סארט קוועלער, אויף א סדר וואס גייט פון בעסטע צו שוואכסטע:
- א בוך ארויסגעגעבן דורך אן אנערקענטער פארשער, וואס דינט עמטליך אין א באקאנטע אקאדעמישע אינסטיטוציע. אזוי אויך אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין אן אקאדעמישן זשורנאל, אדער פארעפענטליכט דורכן פארשער אויף א פארנעם אז עס איז אפן פאר ציבור (און נישט בעל פה).
- א בוך אדער פובליקאציע וואס איז געשריבן דורך איינער מיט א הויכער טיטל אין זיין תחום, אבער אן אקאדעמישע שטאנד.
- א בוך געשריבן דורך א צייטונג שרייבער, אדער איינער אן קיין דאקטער טיטל אין דער געביט.
- אויטאביאגראפיעס און זכרונות.
- ביכער געשריבן איידער די וויסנשאפט איז אנטוויקלט געווארן אלס פארשערישע געביטן. צום ביישפיל: אריסטו'ס ווערק.
- צייטונגען און בלאגס: אזעלכע קוועלער זענען גוט פאר לעצטיגע געשענישן וואס זענען נאכנישט באשריבן געווארן אין אקאדעמישע שרייבווערק.
באהויפטונגען פון א ניק אויף א פארום טראגן נישט קיין שום ווערד, און איז נישט פאררעכנט אלס א מקור. ד.מ. אז מען קען נישט באריכטן היימישע נייעס באזירט אויף שמועסערייען אויף אייוועלט. מען זאל ענדערש נאכקוקן דעם עצם מקור, ווי איידער ברענגען א באריכט וואס פארציילט דערוועגן.
- א רעפערענץ צו א שטודיע זעלבסט, איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס.
- א רעפערענץ צו אן אורטייל, איז בעסער ווי א באריכט דערוועגן אין די נייעס.
אין די קאפיטלען "צו ליינען מער" און "דרויסנדע לינקס" איז יא ראטזאם צו ברענגען אויך א באריכט אין א צייטונג, צו פארגרינגערן פארן ליינער.
די קוואליטעט פון די מקורות איז נישט נוגע ווען מען רעפערירט צום זאך אליין. צום ביישפיל: אויב מען שרייבט אז א זינגער האט ארויסגעבן א סינגל, קען א לינק צו דעם סינגל דינען אלס קראנטער מקור, כאטש וואס דער סינגל איז היבש א שוואכער מקור לגבי דעם תוכן דערפון.
מקורות וואס דער שרייבער האט נישט נאכגעקוקט
א רעדאגירער וואס ברענגט אראפ א מקור צו א זאך, דערקלערט אז ער האט עס נאכגעקוקט, און ער קען באשטעטיגן אז דאס וואס ער ברענגט פון דארט שטייט טאקע דארט. אויב שטעלט זיך אויס אנדערש, און דער שרייבער האט דאס נישט נאכגעקוקט, וועט עס געשטעלט ווערן אין א באהאלטענע באמערקונג אין די טעקסט. אין פרינציפ, גילט דאס אויך ווען מען זעצט איבער פון המכלול העברי אדער פון אנדערע וויקיפעדיעס. אבער אין דעם פאל, ווען עס קומט אן שווער (ווייל די פילטער פון די אינטערנעט געבט נישט צוטריט א.ד.ג.), קען מען נאכשרייבן פון המכלול/וויקיפעדיע, פארלאזנדיג זיך אז די קרעדיט געשאנקען ביים ענדע בלאט דינט ווי א קלארשטעלונג אז מען פארלאזט זיך אויך אויף זיי.