אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זשג יאר"
אין תקציר עריכה |
|||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|איין פון פערצן סארטן יארן אין אידישן לוח}} | |||
א '''זשג יאר''' איז איין פון פערצן [[קביעות פון יאר|סארטן יארן]] אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]]. א זשג יאר הייבט זיך אין [[שבת]] ('''ז'''), איז שלימה ('''ש''') - [[חשון]] און [[כסלו]] פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן [[דינסטאג]] ('''ג'''). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין [[אדר]]), און איז לאנג 355 טעג, וואס אין זיי 51 שבתים. | א '''זשג יאר''' איז איין פון פערצן [[קביעות פון יאר|סארטן יארן]] אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]]. א זשג יאר הייבט זיך אין [[שבת]] ('''ז'''), איז שלימה ('''ש''') - [[חשון]] און [[כסלו]] פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן [[דינסטאג]] ('''ג'''). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין [[אדר]]), און איז לאנג 355 טעג, וואס אין זיי 51 שבתים. | ||
רעוויזיע פון 21:31, 14 אקטאבער 2023
א זשג יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א זשג יאר הייבט זיך אין שבת (ז), איז שלימה (ש) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן דינסטאג (ג). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין אדר), און איז לאנג 355 טעג, וואס אין זיי 51 שבתים.
א זשג יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון א פשוט יאר פאלט אויס צווישן פרייטאג, 9 שעה און 204 חלקים אין טאג - אדער, ווען דער קומענדיגער יאר איז אויך א פשוט יאר, אנגעהויבן פון פרייטאג 0 שעה און 408 חלקים - ביז שבת, 18 שעה אין טאג[1]. דאס איז פון די אפטע סארט יארן[2], און מאכט זיך אין ארום 13.7% פון אלע יארן[3].
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תשי"ג, ה'תשט"ז, ה'תש"ך, ה'תשכ"ג, ה'תש"מ, ה'תשמ"ג, ה'תשמ"ז, ה'תש"נ, ה'תשס"ד, ה'תשס"ז, ה'תש"ע, ה'תשפ"ח, ה'תשצ"א, ה'תשצ"ד, ה'תתי"א, ה'תתט"ו, ה'תתי"ח, ה'תתכ"א, ה'תתל"ח, ה'תתמ"ב, ה'תתמ"ה, ה'תתמ"ח.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א זשג יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש (ראש השנה נישט אריינגערעכנט): ראש חודש שבט איז שבת, און ראש חודש תמוז איז שבת און זונטאג.
- חנוכה געפאלט פון שבת (פרייטאג צונאכטס) ביז שבת, מיט א דאפלטע שבת חנוכה.
- ט"ו בשבט געפאלט שבת.
- פורים געפאלט זונטאג (שושן פורים מאנטאג).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטאג.
- שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטאג אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מאנטאג, עשרה בטבת געפאלט זונטאג, תענית אסתר ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, תענית בכורים געפאלט מאנטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דינסטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א זשג יאר זענען פארהאן 51 שבתים, וואס אין דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת ראש השנה, דער ערשטער שבת פון סוכות[א] און שבת חול המועד פסח. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות געליינט אין שבת (54) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (48), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות ויקהל-פקודי, תזריע-מצורע, אחרי-קדושים, בהר-בחוקותי, מטות-מסעי, און נצבים-וילך. אלעס אינאיינעם ווערן צאמגעשטעלט אלע פרשיות וועלכע קענען גייען צוזאמען איבעראל (חוץ פון חקת-בלק וועלכע ווערן נאר צאמגעשטעלט אין חוץ לארץ, אין טייל אנדערע יארן).
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת בראשית - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת וישב - ליינט מען די הפטורה פון די ערשטע שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון די צווייטע שבת חנוכה, "ויעש חירם"
- פרשת וארא, שבת ראש חודש שבט - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת משפטים - ליינט מען די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת תצוה - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת כי תשא - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת ויקהל-פקודי - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת צו - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- פרשת קרח, שבת ראש חודש תמוז - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
ספר בראשית | ספר שמות | ספר ויקרא | ספר במדבר | ספר דברים | |||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום |
בראשית | כ"ט תשרי | שמות | כ"ג טבת | ויקרא | ה' ניסן | במדבר | ב' סיון | דברים | ו' אב |
נח | ו' חשון | וארא | א' שבט | צו | י"ב ניסן | נשא | ט' סיון | ואתחנן | י"ג אב |
לך לך | י"ג חשון | בא | ח' שבט | שמיני | כ"ו ניסן | בהעלותך | ט"ז סיון | עקב | כ' אב |
וירא | כ' חשון | בשלח | ט"ו שבט | תזריע | ג' אייר | שלח | כ"ג סיון | ראה | כ"ז אב |
חיי שרה | כ"ז חשון | יתרו | כ"ב שבט | מצורע | צאמגעשטעלט | קרח | ל' סיון | שופטים | ד' אלול |
תולדות | ד' כסלו | משפטים | כ"ט שבט | אחרי | י' אייר | חקת | ז' תמוז | כי תצא | י"א אלול |
ויצא | י"א כסלו | תרומה | ו' אדר | קדושים | צאמגעשטעלט | בלק | י"ד תמוז | כי תבוא | י"ח אלול |
וישלח | י"ח כסלו | תצוה | י"ג אדר | אמור | י"ז אייר | פינחס | כ"א תמוז | נצבים | כ"ה אלול |
וישב | כ"ה כסלו | כי תשא | כ' אדר | בהר | כ"ד אייר | מטות | כ"ח תמוז | וילך | צאמגעשטעלט |
מקץ | ב' טבת | ויקהל | כ"ז אדר | בחוקותי | צאמגעשטעלט | מסעי | צאמגעשטעלט | האזינו | ח' תשרי |
ויגש | ט' טבת | פקודי | צאמגעשטעלט | וזאת הברכה | שמחת תורה | ||||
ויחי | ט"ז טבת |
צו ליינען מער
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
נאטיצן
- ↑ אין צווייטן שבת פון סוכות, שמיני עצרת, ליינט מען פרשת וזאת הברכה אין ארץ ישראל. אויך אין חוץ לארץ גלייכט זיך אויס דער חשבון ווען מען ליינט עס א טאג שפעטער.
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ נאר הכז איז מער אפט
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
קביעות פון יארן אינעם לוח | |
---|---|
|