אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעלה תחנוננו"
ק (אינטערשפראך) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:יעלה תחנוננו צו יעלה תחנוננו אן לאזן א ווייטערפירונג) |
רעוויזיע פון 10:01, 24 סעפטעמבער 2023
פיוט יעלה תחנוננו (כמנהג פולין)
|
---|
יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב וְיָבוֹא שַׁוְעָתֵנוּ מִבֹּקֶר |
יַעֲלֶה תַחֲנוּנֵנוּ מֵעֶרֶב איז א פיוט פאר יום כיפור וואס ווערט געזאגט ביי די אשכנזישע קהילות באלד נאך שטילע שמונה עשרה פון מעריב, אלס אריינפיר צו די סעריע סליחות און פיוטים וועלכע זעצן פאר די תפילה פון מעריב אין יום כיפור.
דער פיוט איז געשריבן געווארן אין תקופת הראשונים אין אשכנז (דייטשלאנד), דורך אן אומבאקאנטן מחבר. עס ווערט שוין דערמאנט אין די ד'תת"ק יארן דורך דער ראבי"ה[1]. עס זענען פארהאן קליינע חילוקים צווישן דער נוסח לויט דער מנהג פון מערב אשכנז און צווישן מנהג פולין, און ווי עס שיינט איז דער מנהג פון מערב אשכנז דער אריגינעלער נוסח און נוסח פולין איז לייכט באארבעט[2]. עס זענען פארהאן אויך קליינע טוישונגען צווישן די פארשידענע כתבי ידות[3]. אין צרפת און אין ווירמייזא האט מען אינגאנצן נישט געזאגט דעם פיוט[2].
געבוי
אין יעדע פאל איז דא דריי טיילן:
- יעלה (טוישט זיך) מערב
- ויבוא (טוישט זיך) מבקר
- ויראה (טוישט זיך) עד ערב
אין די ווערטער וואס טוישן זיך געפינען זיך ווערטער וואס געווענליך ברענגען זיי ארויס א געבעט אדער א תפילה, וואס קומט פון א מערצאל פון רעדנער (אונזער). דער באדייט איז אז די תפילה-געבעט-געשריי פונעם גאנצן קהל זאל ארויפגיין פאר גאט, אנגעהויבן פון ערב יום כיפור, דורכאויס יום הקדוש, און ביז'ן נעילה מארגן אויפדערנאכט.
דער קלימאקס איז ביי די לעצטע שורה: "וְיֵרָאֶה אֵלֵינוּ עַד עָרֶב"; נישט אז דער געבעט זאל ווערן געזען, נאר גאט אליין.
די ווערטער וועלכע ווערן כסדר איבערגענוצט נעמען זיך פון די תפילה יעלה ויבוא, וואס הייבט זיך אן מיט די סעריע געבעטן "יַעֲלֶה וְיָבֹא ויַגִּיעַ ויֵרָאֶה וְיֵרָצֶה". דער געדאנק פונעם פיוט איז באזירט אויפן פסוק ”מֵעֶרֶב עַד עֶרֶב תִּשְׁבְּתוּ שַׁבַּתְּכֶם”[4], וואס באצייכנט דעם הייליגן טאג ווי אן איינהייט וואס ציט זיך פון "ערב" ביז "ערב"[5].
דער סדר פון די ווערטער איז אן אקראסטיק פון פארקערטע א"ב (תשר"ק). כדי צו פארענדיגן די פיוט אינגאנצן, ווערט אין לעצטן פאל איבערגע'חזר'ט דריי מאל דער אות א'. אזוי אז עס זענען פארהאן אין פיוט 24 שורות אין אכט פעלער. אין רוב קהילות פון מערב אשכנז לאזט מען אבער אויס די פעלער פון די אותיות מ-ב, און באלד נאך נ' ענדיגט מען צו מיטן לעצטן פאל[3].
געזאנג
דער פיוט, צוזאמען מיטן פיוט כי הנה כחומר וואס שטאמט פון מזרח-אשכנז'ישער מנהג, איז דער "מוזיקאלישער" טייל פונעם דאווענען יום כיפור אויפדערנאכט אין קהילות אשכנז. צום פיוט זענען פארפאסט געווארן אסאך ניגונים, פון די קלאסישע חזנות וועלט, ביז די חסיד'ישע הויפן, ביז צו מאדערנע געזאנגען.
צו ליינען מער
- דניאל גאלדשמידט, מחזור ליום הכיפורים, עמודים 10-11, און עמוד לד אין הקדמה.
דרויסנדע לינקס
- דער פיוט יעלה תחנוננו, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
- "יעלה תחנוננו" אין וועבזייטל הזמנה לפיוט
- "יעלה תחנוננו" אין וועבזייטל זמרשת
- יעלה תחנוננו, דורך יונתן רזאל אויף יוטיוב
- יעלה תחנוננו - שלום כאריטאנאוו, דורך יאיר כלב אויף יוטיוב
- יעלה תחנוננו, דורך יואלי קליין און אידיש נחת אויף יוטיוב
רעפערענצן
- ↑ ספר הראבי"ה חלק ב', מסכת יומא סימן תקכ"ט
- ↑ 2.0 2.1 דניאל גאלדשמידט, מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, הוצאת קורן, ירושלים, תש"ל, עמ' ל"ד אין הקדמה
- ↑ 3.0 3.1 דניאל גאלדשמידט, מחזור לימים הנוראים - יום כיפור, הוצאת קורן, ירושלים, תש"ל, עמ' 10-11
- ↑ ויקרא כג, לב
- ↑ אברהם חיים פריצקי, יסוד המועדים, עמוד רל"ח
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער