אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי בנימין יהושע זילבער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
ק (החלפת טקסט – "שערי תשובה" ב־"")
שורה 15: שורה 15:
* '''ברית עולם''' – הלכות שבת ושביעית (6 חלקים)
* '''ברית עולם''' – הלכות שבת ושביעית (6 חלקים)
* '''בית ברוך''' - אויף ספר חיי אדם (3 חלקים)  
* '''בית ברוך''' - אויף ספר חיי אדם (3 חלקים)  
* פירושים אויף די ספרים פון רבנו יונה גירונדי: שערי תשובה, שערי העבודה, אגרת התשובה, ספר היראה
* פירושים אויף די ספרים פון רבנו יונה גירונדי: , שערי העבודה, אגרת התשובה, ספר היראה
* '''מקור הלכה''' - אויף [[מסכת שבת]], תש"י
* '''מקור הלכה''' - אויף [[מסכת שבת]], תש"י
* '''שביתת הארץ'''
* '''שביתת הארץ'''

רעוויזיע פון 23:50, 21 סעפטעמבער 2023

הרב בנימין יהושע זילבער

הרב בנימין יהושע זילבער (תרע"ו - כ"ה אלול תשס"ח, 25סטן סעפטעמבער 2008) איז געווען א חרדישער פוסק הלכה און מיטגליד אין דעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין פוילן צו ברוך און שרה זילבער. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט א קורצע צייט אין ישיבה אין ווארשע, פון דארטן איז ער געפארן לערנען אין בישיבה אין דער שטאט בריסק. נאך צוויי יאר איז ער אריבער צו דער נאווהארדאקער ישיבה אין מעזריטש וואו ער איז געווארן מקורב צום ראש הישיבה הרב דוד בליאכער. אין זיינע יוגנט האט מען אים גערופן "בנימין הצדיק".

אין יאר תרצ"ג איז ער ארויף קיין ארץ ישראל. א קורצע צייט האט ער געלערנט אין דער בית יוסף ישיבה אין בני ברק. אין יענער תקופה איז ער געווארן נאנט צום חזון איש. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם בית מדרש אוהל תורה אין ירושלים. אין יאר תש"י האט ער ארויסגעברענגט זיין ספר "מקור הלכה" אויף מסכת שבת, און ער האט באקומען א הסכמה דערויף פונעםחזון איש.

אין תשמ"ט איז ער געווען פון די איינציגע ליטווישע רבנים וואס האבן זיך נישט איינגעשלאסן אין דגל התורה. נאך דעם איז ער געווארן א מיטגליד אין דעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל וואו ער איז געווען דער איינציגער מיטגליד פון דער ליטוויש־ישיבישער וועלט. ביי די זיצונגען פון דער מועצת האט ער אויסגעדריקט אנטשלאסענע רעכטע דעות און איז געווען א שותף צו דער דערקלערונג קעגן די אסלא אפמאכן. אין זיינע לעצטע יארן איז ער אריבער וואוינען אין ביתר עילית.

זיין זון הרב יחיאל אברהם זילבער איז דער מחבר פון דער סעריע הלכה ספרים "בירור הלכה". זיין זון הרב ברוך איז דער משפיע פון דעם ברעסלאווער שטיבל אין סטעמפארד היל, לאנדאן.

זיינע ספרים

  • אז נדברו – שו"ת (14 חלקים)
  • ברית עולם – הלכות שבת ושביעית (6 חלקים)
  • בית ברוך - אויף ספר חיי אדם (3 חלקים)
  • פירושים אויף די ספרים פון רבנו יונה גירונדי: , שערי העבודה, אגרת התשובה, ספר היראה
  • מקור הלכה - אויף מסכת שבת, תש"י
  • שביתת הארץ
  • משנת בנימין
  • תורת ההסתכלות

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!