אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תשליך"
(← פלאץ : הגהה, צוגעלייגט מקורות) |
ק (← צייט : הגהה) |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
=== צייט === | === צייט === | ||
אויב דער ערשטער טאג פון ראש השנה קומט אויס אום שבת, איז איינגעפירט ביי די אשכנזים | אויב דער ערשטער טאג פון ראש השנה קומט אויס אום שבת, איז איינגעפירט ביי די אשכנזים, ביי די אידן פון איטאליע{{הערה|שם=רומא}} און ביי א טייל פון די ספרדים צו אפשטופן דעם תשליך צום צווייטן טאג, כדי מען זאל נישט צוקומען צו טראגן די מחזורים אינדרויסן פון [[עירוב]]. רוב ספרדים זאגן עס אבער אויך אין אזא יאר אין ערשטן טאג. | ||
ביי טייל [[חסידות|חסידים]] איז איינגעפירט צו גיין צו תשליך אין די [[עשרת ימי תשובה]], צווישן ראש השנה און יום כיפור. | |||
===תפילות און מנהגים=== | ===תפילות און מנהגים=== |
רעוויזיע פון 13:35, 21 סעפטעמבער 2023
תשליך איז א מנהג אין ראש השנה צו גיין נעבן א טייך און זאגן א תפילה וואו מען דריקט אויס ווילן צו אוועקווארפן אלע חטאים אלס חלק פון תשובה טון. דער מנהג איז צו טון תשליך דעם ערשטן טאג ראש השנה און אויך אויסשאקלען די קליידער כדי צו סימבאליש אריינווארפן די עבירות אין וואסער. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז אין די ה'ק' יארן. עס זענען פארהאן וואס זענען מסמיך דעם מנהג צו די ווערטער פון מיכה: ”וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם”[1].
מקור
דער מנהג פון תשליך ווערט נישט געברענגט אין די מקורות פריער ווי די שפעטע ה'ק' יארן. אין 2טער י"ה האט טערטוליאן באצייכנט אז די אידן פירן זיך אפצורעכטן א תפילה בציבור ביים בארטן אין יום כיפור, וואס מען קען דערין זען אן ענליכער מנהג. טייל פארשער האבן עס פארבינדן מיט די מצוה פון שעיר לעזאזל, אן אנדערע סימבאלישע אקט פון פארשיקן די עבירות[2].
אין די צייטן פון די גאונים איז געווען א מנהג וואס דערמאנט א צוזאמענשטעל פון תשליך מיט כפרות: ערב ראש השנה האט מען גענומען א געוויקס און עס געדרייט העכער דעם קאפ, און דערנאך האט מען עס אריין געווארפן אין א טייך.
...בתשובת הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר וזבל בהמה. ועשרים ושנים או חמישה עשר יום לפני ראש השנה, עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית. וזורעים לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח. ובערב ראש השנה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבע פעמים ואומר "זה תחת זה, וזה חליפתי, וזה תמורתי" ומשליכו לנהר.
דער היינטיגער מנהג פון תשליך האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז, ווארשיינליך אין די ה'ק' יארן. טייל פארשער שפעקולירן אז דער מנהג איז געשאפן געווארן אין איינפלוס פון א ענליכע צערעמאניע וואס איז געווען איינגעפירט ביי די קריסטן פון קעלן אין 14'טער יארהונדערט[3]. דער מנהג ווערט נישט דערמאנט אין די ראשונים, חוץ פון דער ספר המנהגים פון רבי יצחק אייזיק פון טירנא און דער מהרי"ל:
מה שנוהגים לילך בראש השנה אחר הסעודה אצל ימים ונהרות, להשליך במצולות ים כל חטאותינו, משום דאיתא במדרש זכר לעקידה שעבר אברהם אבינו בנהר עד צוארו ואמר "הושיעה ה' כי באו מים עד נפש" והוא השטן שנעשה כמו נהר לעכב אותו מן העקידה[4].
— מהרי"ל, הלכות ראש השנה ס"ט
דער מנהג איז נישט געברענגט געווארן אין שלחן ערוך, און ווי אנדערע מנהגי אשכנז איז עס צוגעלייגט געווארן דורך דער רמ"א[5]. אין די שפעטע ה'ש' יארן האט זיך דער מנהג אנגעהויבן אויסשפרייטן אויך ביי די ספרדים, מיט די השפעה פון רבי חיים וויטאל וואס האט אויסגעלויבט דעם מנהג[6]. אין די פארטוגעזישע שוהל פון אמסטערדאם, וואס מען האט אנגעהויבן בויען אין יאר ה'תל"א, געפינט זיך א וואסער גרוב, וואס איז באנוצט געווארן פאר תשליך. טייל דרינגען אויף דערפון אז דער מנהג איז שוין דאן געווען פארשפרייט צווישן די ספרדים, אבער אנדערע שלאגן אפ אז דער גרוב איז אריגינעל געבויט געווארן בלויז פאר שיינקייט.
אויך ביי די אידן פון איטאליע איז געווארן אנגענומען דער מנהג[7].
אקט
דעם ערשטן טאג פון ראש השנה נאך מנחה גייט מען צום ים אדער צו א טייך, און מען זאגט פסוקים און תפילות אלס בקשה אז די עבירות זאלן פארפאלן ווערן אין ים, באזירט אויפן פסוק ”...וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם” (מיכה ז, יט). אין טייל פון די ספרד'ישע קהילות ווערט עס אנגערופן ותשליך, און נישט תשליך, לויט ווי עס שטייט אין פסוק.
פלאץ
מען גייט צו א פלאץ וואס עס איז דא דארטן פיש. דער טעם דערצו איז צו געדענקן אז מיר זענען געגליכן צו פיש וועלכע קענען פלוצלינג געכאפט ווערן דורך דעם פישער, אזוי קענען מיר פארכאפט ווערן אין נעץ פון מידת הדין[8], און די מחשבה וועט אונז מעורר זיין צו תשובה[9]. נאך א טעם איז, ווייל די פישן ווייזן אויף ברכה מיט דעם וואס עין הרע איז נישט שולט אויף זיי, און 'שיפרו וירבו כדגים'[10]. אין חמדת ימים ווערט דערמאנט נאך א סיבה, ווייל דעם ערשטן טאג ראש השנה איז דינא קשיא, דעריבער גייט מען צום וואסער וואס ווייזט אויף חסדים צו ממתיק זיין צו דינא רפיא, און אויך די פיש מיט זייערע אפענע אויגן ('עינא פקיחא') צייגן אויף חסדים[11].
אין א פלאץ וואס איז נישט פארהאן קיין טייך אדער קוואל וואסער, האט מען געמאכט אן עקסטערן בור אין הויף פון שוהל, אדער איז מען ארויף צו א הויכע פלאץ וואס פון דארטן זעט מען וואסער. טייל האבן זיך געפירט צו עפענען דעם קראן וואסער און דארט געזאגט תשליך.
ביי די אידן פון קורדיסטאן איז געווען א מנהג צו אריין טאנצן אין די וואסער מיט די קליידער נאכן זאגן תשליך. טייל האבן זיך באגענוגנט מיט זאגן דעם תשליך שטייענדיג אויף פּליטן וועלכע זענען געשווימען אין טייך כאבור.
צייט
אויב דער ערשטער טאג פון ראש השנה קומט אויס אום שבת, איז איינגעפירט ביי די אשכנזים, ביי די אידן פון איטאליע[7] און ביי א טייל פון די ספרדים צו אפשטופן דעם תשליך צום צווייטן טאג, כדי מען זאל נישט צוקומען צו טראגן די מחזורים אינדרויסן פון עירוב. רוב ספרדים זאגן עס אבער אויך אין אזא יאר אין ערשטן טאג.
ביי טייל חסידים איז איינגעפירט צו גיין צו תשליך אין די עשרת ימי תשובה, צווישן ראש השנה און יום כיפור.
תפילות און מנהגים
די תפילה איז גענומען פון די ענדע פון ספר מיכה (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
'אן: כן' אינו ערך חוקי מיכה ז, יח–כ').
מִי-אֵל כָּמוֹךָ נֹשֵׂא עָוֹן וְעֹבֵר עַל-פֶּשַׁע לִשְׁאֵרִית נַחֲלָתוֹ לֹא-הֶחֱזִיק לָעַד אַפּוֹ כִּי-חָפֵץ חֶסֶד הוּא. / יָשׁוּב יְרַחֲמֵנוּ יִכְבֹּשׁ עֲוֹנֹתֵינוּ וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם. / תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב חֶסֶד לְאַבְרָהָם אֲשֶׁר-נִשְׁבַּעְתָּ לַאֲבֹתֵינוּ מִימֵי קֶדֶם.
עס איז אנגענומען צו אויס שאקלען די קליידער אויף א סימן כאילו מען ווארפט אראפ די עבירות.
די מתנגדים צום מנהג
אין א קליין חלק פון די ספרדים איז נישט געווארן אנגענומען דער מנהג, ווי אויך רוב אידן פון תימן. דער גאון האט נישט געגאנגען צו א טייך צו זאגן תשליך[12], און אזוי פירן זיך די פרושים אין ירושלים[13]. אויך דער ערוך השולחן שרייבט אז בעסער זאל מען נישט מאכן דער מנהג[14], און אויך רבי אליהו מקאליש און דער אדר"ת[15] און נאך אנדערע.
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אנצ יהודית
פאראמעטער [ מחבר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע "Tashlik", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ מיכה ז, יט
- ↑ מאיר י. פרת, מקורו של סדר תשליך, למרחב, סעפטעמבער 25, 1957
- ↑ דניאל שפרבר, מנהגי ישראל, ג. זעט דא
- ↑ אנדערע טעמים ווערן געברענגט אין לבוש און אין מגן אברהם, אורח חיים, סימן תקפ"ג
- ↑ רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ב'
- ↑ שער הכוונות, הקדמה לדרושי ראש השנה
- ↑ 7.0 7.1 הלל משה סרמוניטה און אנג'לו מרדכי פיאטילי, מחזור לראש השנה כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' 175. עס ווערט דארט אבער באצייכנט אז אין די אלטע מחזורים פון דעם נוסח איז עס נישט פארהאן.
- ↑ הגהות מנהגים (טירנא), ראש השנה אות קל"א; מטה משה, עמוד העבודה סי' תת"כ.
- ↑ לבוש, אורח חיים סימן תקצ"ו
- ↑ דרכי משה, אורח חיים, סימן תקפ"ג
- ↑ חמדת הימים, ראש השנה פרק ז'
- ↑ ספר מעשה רב, סעיף ר"ט.
- ↑ ראו בלוח לארץ ישראל.
- ↑ ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ד'
- ↑ אין זיין ספר 'תפילת דוד' "ובאמת ראוי הדבר בדור הזה לבטל אותו המנהג, ובפרט בעיירות הגדולות, וביותר מפני שנדפסו תחינות לנשים, ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה, והם לשחוק ולצנינים בעיני העמים". און זעט דארטן נאך.