אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תשליך"
(←די מתנגדים צום מנהג: רעדאגירונג) |
(איינהייטליכקייט אין רעפערענצן פלאצירונג) |
||
שורה 2: | שורה 2: | ||
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> | <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> | ||
[[טעקע:Aleksander Gierymski, Święto Trąbek I.jpg|270px|ממוזער|אידן מאכן תשליך ביי [[ראש השנה]]. א מאלעריי פון [[אלכסנדר גרימסקי]]]] | [[טעקע:Aleksander Gierymski, Święto Trąbek I.jpg|270px|ממוזער|אידן מאכן תשליך ביי [[ראש השנה]]. א מאלעריי פון [[אלכסנדר גרימסקי]]]] | ||
'''תשליך''' איז א אידישער תפילה וואס מען זאגט [[ראש השנה]]. דעם תפילה זאגט מען לעבן א [[טייך]] וואס איז דא דארטן [[פיש]], און מען שאקלט די קליידער כדי צו 'אוועק ווארפן' די [[עבירות]]. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין [[אשכנז]] צווישן די יארן [[ה'ק"ס]] צו [[ה'ר"ס]]. עס קען זיין אז עס איז דא א רמז צו דער מנהג אין [[ספר מיכה]]: {{ציטוטון|וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם}} | '''תשליך''' איז א אידישער תפילה וואס מען זאגט [[ראש השנה]]. דעם תפילה זאגט מען לעבן א [[טייך]] וואס איז דא דארטן [[פיש]], און מען שאקלט די קליידער כדי צו 'אוועק ווארפן' די [[עבירות]]. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין [[אשכנז]] צווישן די יארן [[ה'ק"ס]] צו [[ה'ר"ס]]. עס קען זיין אז עס איז דא א רמז צו דער מנהג אין [[ספר מיכה]]: {{ציטוטון|וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם}}{{הערה|1=[http://kodesh.snunit.k12.il/i/tr/t1807.htm מיכה ז, יט]}}. | ||
==דער מקור פון דער מנהג== | ==דער מקור פון דער מנהג== | ||
שורה 10: | שורה 10: | ||
{{ציטוט|מירכאות=כן|תוכן=...בתשובת הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר וזבל בהמה. ועשרים ושנים או חמישה עשר יום לפני ראש השנה, עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית. וזורעים לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח. ובערב ראש השנה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבע פעמים ואומר "זה תחת זה, וזה חליפתי, וזה תמורתי" '''ומשליכו לנהר'''.|מקור=[[רש"י]], {{בבלי|שבת|פא|ב|אן=שם}}}} | {{ציטוט|מירכאות=כן|תוכן=...בתשובת הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר וזבל בהמה. ועשרים ושנים או חמישה עשר יום לפני ראש השנה, עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית. וזורעים לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח. ובערב ראש השנה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבע פעמים ואומר "זה תחת זה, וזה חליפתי, וזה תמורתי" '''ומשליכו לנהר'''.|מקור=[[רש"י]], {{בבלי|שבת|פא|ב|אן=שם}}}} | ||
דער היינטיגער מנהג פון תשליך האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז צווישן די יארן [[ה'ק"ס]] צו [[ה'ר"ס]]. עס איז דא א זעלכע וואס זאגן אז דער מנהג קומט פון די כריסטן פון די שטאט [[קלן]] אין [[גרמניה]] | דער היינטיגער מנהג פון תשליך האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז צווישן די יארן [[ה'ק"ס]] צו [[ה'ר"ס]]. עס איז דא א זעלכע וואס זאגן אז דער מנהג קומט פון די כריסטן פון די שטאט [[קלן]] אין [[גרמניה]]{{הערה|1=[[דניאל שפרבר]], '''מנהגי ישראל''', ג. ראו [http://books.google.co.il/books?ei=U6KITJzTBd6W4gbG7OTOBA&ct=result&id=97nXAAAAMAAJ&dq=מנהגי+ישראל+קירכהיים&q=+קירכהיים#search_anchor כאן]}}. דער מנהג איז נישט דערמאנט ביי די [[ראשונים]] חוץ פון ביים ספר המנהגים פון רבי אייזיק מטירנא און דער [[מהרי"ל]]: {{ציטוט|מה שנוהגים לילך בראש השנה אחר הסעודה אצל ימים ונהרות, להשליך במצולות ים כל חטאותינו, משום דאיתא במדרש זכר לעקידה שעבר [[אברהם אבינו]] בנהר עד צוארו ואמר "הושיעה ה' כי באו מים עד נפש" והוא השטן שנעשה כמו נהר לעכב אותו מן העקידה{{הערה|1=נאך טעמים איז געשריבן אין [[לבוש]] און אין [[מגן אברהם]] תקפ"ג}}.|מקור=|אנגלית=}} | ||
צווישן די יארן [[ה'ש"ס]] צו [[ה'ת"ס]] האט דער מנהג זיך צושפרייט אויך ביי די [[ספרדים]] צוליב [[רבי חיים ויטאל]] וואס האט דערלויבט דער מנהג. | צווישן די יארן [[ה'ש"ס]] צו [[ה'ת"ס]] האט דער מנהג זיך צושפרייט אויך ביי די [[ספרדים]] צוליב [[רבי חיים ויטאל]] וואס האט דערלויבט דער מנהג. | ||
שורה 33: | שורה 33: | ||
==די מתנגדים צום מנהג== | ==די מתנגדים צום מנהג== | ||
אין א קליין חלק פון די ספרדים איז נישט געווארן אנגענומען דער מנהג, ווי אויך רוב אידן פון [[תימן]]. דער [[רבי אליהו מווילנא|גאון]] האט נישט געגאנגען צו א טייך צו זאגן תשליך | אין א קליין חלק פון די ספרדים איז נישט געווארן אנגענומען דער מנהג, ווי אויך רוב אידן פון [[תימן]]. דער [[רבי אליהו מווילנא|גאון]] האט נישט געגאנגען צו א טייך צו זאגן תשליך{{הערה|1=ספר מעשה רב, סעיף ר"ט.}}, און אזוי פירן זיך די [[פרושים]] אין ירושלים{{הערה|1=ראו בלוח לארץ ישראל.}}. אויך דער [[ערוך השולחן]] שרייבט אז בעסער זאל מען נישט מאכן דער מנהג{{הערה|{{ויקיטקסט|ערוך השולחן אורח חיים תקפג|ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ד'}}}}, און אויך [[רבי אליהו מקאליש]] און דער [[רבי אליהו דוד רבינוביץ' תאומים|אדר"ת]]{{הערה|1=אין זיין ספר 'תפילת דוד' "ובאמת ראוי הדבר בדור הזה לבטל אותו המנהג, ובפרט בעיירות הגדולות, וביותר מפני שנדפסו תחינות לנשים, ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה, והם לשחוק ולצנינים בעיני העמים". און זעט דארטן נאך. }} און נאך אנדערע. | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} |
רעוויזיע פון 05:44, 20 סעפטעמבער 2023
תשליך איז א אידישער תפילה וואס מען זאגט ראש השנה. דעם תפילה זאגט מען לעבן א טייך וואס איז דא דארטן פיש, און מען שאקלט די קליידער כדי צו 'אוועק ווארפן' די עבירות. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז צווישן די יארן ה'ק"ס צו ה'ר"ס. עס קען זיין אז עס איז דא א רמז צו דער מנהג אין ספר מיכה: ”וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם”[1].
דער מקור פון דער מנהג
דער מנהג פון תשליך איז נישט דערמאנט ביי אידישע ספרים פאר די יאר ה'ק"ס, און אויך נישט אין שלחן ערוך און אין זוהר.
ביי די צייטן פון די גאונים איז געווען א מנהג וואס דערמאנט תשליך צוזאמען מיט כפרות: מען האט גענומען אן עציץ און דאס געדרייט העכער דעם קאפ און שפעטער האט מען דאס אריין געווארפן אין א טייך.
...בתשובת הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר וזבל בהמה. ועשרים ושנים או חמישה עשר יום לפני ראש השנה, עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית. וזורעים לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח. ובערב ראש השנה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבע פעמים ואומר "זה תחת זה, וזה חליפתי, וזה תמורתי" ומשליכו לנהר.
דער היינטיגער מנהג פון תשליך האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז צווישן די יארן ה'ק"ס צו ה'ר"ס. עס איז דא א זעלכע וואס זאגן אז דער מנהג קומט פון די כריסטן פון די שטאט קלן אין גרמניה[2]. דער מנהג איז נישט דערמאנט ביי די ראשונים חוץ פון ביים ספר המנהגים פון רבי אייזיק מטירנא און דער מהרי"ל:
מה שנוהגים לילך בראש השנה אחר הסעודה אצל ימים ונהרות, להשליך במצולות ים כל חטאותינו, משום דאיתא במדרש זכר לעקידה שעבר אברהם אבינו בנהר עד צוארו ואמר "הושיעה ה' כי באו מים עד נפש" והוא השטן שנעשה כמו נהר לעכב אותו מן העקידה[3].
צווישן די יארן ה'ש"ס צו ה'ת"ס האט דער מנהג זיך צושפרייט אויך ביי די ספרדים צוליב רבי חיים ויטאל וואס האט דערלויבט דער מנהג.
אויך אין די אידן פון איטליה איז געווארן אנגענומען דער מנהג[4].
א פארשטעל פון דער מנהג
מען גייט ביים ערשטן טאג פון ראש השנה (און אויב דער ערשטן טאג קומט אויס אום שבת גייט מען ביים צווייטן טאג) צום ים אדער צו א טייך, עס איז בעסער ביי א פלאץ וואס איז דא פיש, און מען זאגט אן עקסטערע תפילה וואס הייסט תשליך, וואס דאס איז א בקשה צו אריין ווארפן די עבירות אין די וואסער, על פי דער פסוק ”...וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם” (מיכה ז, יט). אין א טייל פון די ספרדים רופט מען אן די תפילה ותשליך און נישט תשליך לויט דער לשון פון דער נביא. עס איז אנגענומען צו אויס שאקלען די קליידער אויף א סימן כאילו מען ווארפט אראפ די עבירות.
די פלאץ צו זאגן תשליך
מען גייט צו א פלאץ וואס עס איז דא דארטן פיש וויל אזוי ווי דער פיש ווערט גע'משפט' דוראך דער פישר ווערן די אידן גע'משפט' דוראך דער אויבערשטער. ווי נאך די פישן וויזן א סימן ברכה וויל עין הרע איז נישט שולט אויף זיי, און 'שיפרו וירבו כדגים'. אין ספר חמדת הימים ווערט דערמאנט נאך א סיבה, וויל וואסער אין קבלה וויזט אויף 'חסד', און מען וויזט אז אונז ווילן זאל דער אויבערשטער אונז דן זיין לחסד.
ביי א פלאץ וואס איז נשט דא אטייך אדער א קוואל וואסער האט מען געמאכט אן עקסטערן בון אין חצר פון שול, אדער האט מען ארוף צום אן הויכן פלאץ וואס פון דארטן זעט מען וואסער, אדער האט מען געעפנט דעם קראן וואסער און דארט געזאגט תשליך. אין כורדיסטן האט מען זיך געפירט צו אריין טאנצן אין די וואסער מיט די קליידער נאכן זאגן תשליך, אדער שטיין אויף רפסודות אין טייך.
די צייט צו זאגן תשליך
אויב דער ערשטער טאג פון ראש השנה קומט אויס אום שבת, איז איינגעפירט ביי די אשכנזים און ביי די אידן פון אטליה[4] און אויך ביי א טייל פון די ספרדים צו אפשטופן די תשליך צום צוויטן טאג וויל עס איז דא חשש אז מען וועט מטלטל זיין די מחזורים אינדרויסן פון עירוב. אבער רוב ספרדים זאגן אויך ביי אזא יאר ביים ערשטן טאג. ביי די חסידישע איז דא וואס זאגן תשליך ביי עשרת ימי תשובה צווישן ראש השנה מיט יום כיפור.
די תפילה וואס מען זאגט ביים תשליך
די תפילה איז גענומען פון די ענדע פון ספר מיכה (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
'אן: כן' אינו ערך חוקי מיכה ז, יח–כ').
מִי-אֵל כָּמוֹךָ נֹשֵׂא עָוֹן וְעֹבֵר עַל-פֶּשַׁע לִשְׁאֵרִית נַחֲלָתוֹ לֹא-הֶחֱזִיק לָעַד אַפּוֹ כִּי-חָפֵץ חֶסֶד הוּא. / יָשׁוּב יְרַחֲמֵנוּ יִכְבֹּשׁ עֲוֹנֹתֵינוּ וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם. / תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב חֶסֶד לְאַבְרָהָם אֲשֶׁר-נִשְׁבַּעְתָּ לַאֲבֹתֵינוּ מִימֵי קֶדֶם.
די מתנגדים צום מנהג
אין א קליין חלק פון די ספרדים איז נישט געווארן אנגענומען דער מנהג, ווי אויך רוב אידן פון תימן. דער גאון האט נישט געגאנגען צו א טייך צו זאגן תשליך[5], און אזוי פירן זיך די פרושים אין ירושלים[6]. אויך דער ערוך השולחן שרייבט אז בעסער זאל מען נישט מאכן דער מנהג[7], און אויך רבי אליהו מקאליש און דער אדר"ת[8] און נאך אנדערע.
רעפערענצן
- ↑ מיכה ז, יט
- ↑ דניאל שפרבר, מנהגי ישראל, ג. ראו כאן
- ↑ נאך טעמים איז געשריבן אין לבוש און אין מגן אברהם תקפ"ג
- ↑ 4.0 4.1 הלל משה סרמוניטה ואנג'לו מרדכי פיאטילי, מחזור לראש השנה כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' 175.
- ↑ ספר מעשה רב, סעיף ר"ט.
- ↑ ראו בלוח לארץ ישראל.
- ↑ ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ד'
- ↑ אין זיין ספר 'תפילת דוד' "ובאמת ראוי הדבר בדור הזה לבטל אותו המנהג, ובפרט בעיירות הגדולות, וביותר מפני שנדפסו תחינות לנשים, ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה, והם לשחוק ולצנינים בעיני העמים". און זעט דארטן נאך.