אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרייטאג"
(←נאמען: פארברייטערט) |
(←אין אידישקייט: פארברייטערט (אנהייב)) |
||
שורה 12: | שורה 12: | ||
==אין אידישקייט== | ==אין אידישקייט== | ||
{{הויפט ארטיקל|ערב שבת}} | {{הויפט ארטיקל|ערב שבת}} | ||
ווי פארציילט אין אנהייב [[ספר בראשית]], האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די באשעפענישן פון דער ערד און דער [[מענטש]]: | |||
{{ציטוט||תוכן=וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, תּוֹצֵא הָאָרֶץ נֶפֶשׁ חַיָּה לְמִינָהּ, בְּהֵמָה וָרֶמֶשׂ וְחַיְתוֹ-אֶרֶץ, לְמִינָהּ; וַיְהִי-כֵן. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים אֶת-חַיַּת הָאָרֶץ לְמִינָהּ, וְאֶת-הַבְּהֵמָה לְמִינָהּ, וְאֵת כָּל-רֶמֶשׂ הָאֲדָמָה, לְמִינֵהוּ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, נַעֲשֶׂה אָדָם בְּצַלְמֵנוּ כִּדְמוּתֵנוּ; וְיִרְדּוּ בִדְגַת הַיָּם וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבַבְּהֵמָה וּבְכָל-הָאָרֶץ, וּבְכָל-הָרֶמֶשׂ, הָרֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ. וַיִּבְרָא אֱלֹקִים אֶת-הָאָדָם בְּצַלְמוֹ, בְּצֶלֶם אֱלֹקִים בָּרָא אֹתוֹ: זָכָר וּנְקֵבָה, בָּרָא אֹתָם. וַיְבָרֶךְ אֹתָם, אֱלֹקִים, וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ וּמִלְאוּ אֶת-הָאָרֶץ, וְכִבְשֻׁהָ; וּרְדוּ בִּדְגַת הַיָּם, וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבְכָל-חַיָּה, הָרֹמֶשֶׂת עַל-הָאָרֶץ. כט וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, הִנֵּה נָתַתִּי לָכֶם אֶת-כָּל-עֵשֶׂב זֹרֵעַ זֶרַע אֲשֶׁר עַל-פְּנֵי כָל-הָאָרֶץ, וְאֶת-כָּל-הָעֵץ אֲשֶׁר-בּוֹ פְרִי-עֵץ, זֹרֵעַ זָרַע: לָכֶם יִהְיֶה, לְאָכְלָה. וּלְכָל-חַיַּת הָאָרֶץ וּלְכָל-עוֹף הַשָּׁמַיִם וּלְכֹל רוֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ, אֲשֶׁר-בּוֹ נֶפֶשׁ חַיָּה, אֶת-כָּל-יֶרֶק עֵשֶׂב, לְאָכְלָה; וַיְהִי-כֵן. וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת-כָּל-אֲשֶׁר עָשָׂה, וְהִנֵּה-טוֹב מְאֹד; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם הַשִּׁשִּׁי.|מקור={{תנ"ך|בראשית|א|כד|לא}}|מרכאות=כן}} | |||
בשעת מען האט מקריב געווען דעם [[קרבן תמיד]] אין [[בית המקדש]] פלעגן [[שירת הלויים|די לויים זינגען]] דעם קאפיטל [[תהלים צ"ג|ה' מלך גאות לבש]]{{הערה|{{משנה|תמיד|ז|ד}}}}, צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט געענדיגט זיין ווערק און געקעניגט איבער אלע{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|לא|א}}}}. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס [[שיר של יום]], ביים סוף פון [[שחרית]]{{הערה|{{טור|אורח חיים|קלג}}}}. | |||
די אידן וועלכע זענען געווען פון די [[מעמדות]] ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן נישט [[תענית|פאסטן]] אין דעם טאג, אנדערש ווי רוב טעג אין דער וואך, צוליבן כבוד פון שבת{{הערה|{{בבלי|תענית|כז|ב}}}}. | |||
פרייטאג איז קעגן [[אהרן הכהן]]{{הערה|תוספת זוהר, שמות דף רע"ז}}, און קעגן [[צללפונית]] די מאמע פון [[שמשון הגיבור]]{{הערה|אגדת בראשית, פרק נ"ב}}. | |||
==אין אלגעמיינע קולטורן== | ==אין אלגעמיינע קולטורן== |
רעוויזיע פון 10:15, 14 סעפטעמבער 2023
פרייטאג איז דער זעקסטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת. עס ווערט כאראקטעריזירט ביי אידן אלס ערב שבת, ווען מען איז פארנומען מיט צוגרייטונגען צום שבת.
אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער פינפטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג.
אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; פרייטאג איז אלזא דער זיבעטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג זעקס".
נאמען
לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער זעקסטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט נוגה[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון ווענוס" (לאטייניש: dies Veneris).
ווענוס איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט זייער אפגאט Frig אדער Freyja. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן[2].
אין אידישקייט
ווי פארציילט אין אנהייב ספר בראשית, האט השי"ת אין דעם טאג באשאפן די באשעפענישן פון דער ערד און דער מענטש:
וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, תּוֹצֵא הָאָרֶץ נֶפֶשׁ חַיָּה לְמִינָהּ, בְּהֵמָה וָרֶמֶשׂ וְחַיְתוֹ-אֶרֶץ, לְמִינָהּ; וַיְהִי-כֵן. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים אֶת-חַיַּת הָאָרֶץ לְמִינָהּ, וְאֶת-הַבְּהֵמָה לְמִינָהּ, וְאֵת כָּל-רֶמֶשׂ הָאֲדָמָה, לְמִינֵהוּ; וַיַּרְא אֱלֹקִים, כִּי-טוֹב. וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, נַעֲשֶׂה אָדָם בְּצַלְמֵנוּ כִּדְמוּתֵנוּ; וְיִרְדּוּ בִדְגַת הַיָּם וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבַבְּהֵמָה וּבְכָל-הָאָרֶץ, וּבְכָל-הָרֶמֶשׂ, הָרֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ. וַיִּבְרָא אֱלֹקִים אֶת-הָאָדָם בְּצַלְמוֹ, בְּצֶלֶם אֱלֹקִים בָּרָא אֹתוֹ: זָכָר וּנְקֵבָה, בָּרָא אֹתָם. וַיְבָרֶךְ אֹתָם, אֱלֹקִים, וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ וּמִלְאוּ אֶת-הָאָרֶץ, וְכִבְשֻׁהָ; וּרְדוּ בִּדְגַת הַיָּם, וּבְעוֹף הַשָּׁמַיִם, וּבְכָל-חַיָּה, הָרֹמֶשֶׂת עַל-הָאָרֶץ. כט וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים, הִנֵּה נָתַתִּי לָכֶם אֶת-כָּל-עֵשֶׂב זֹרֵעַ זֶרַע אֲשֶׁר עַל-פְּנֵי כָל-הָאָרֶץ, וְאֶת-כָּל-הָעֵץ אֲשֶׁר-בּוֹ פְרִי-עֵץ, זֹרֵעַ זָרַע: לָכֶם יִהְיֶה, לְאָכְלָה. וּלְכָל-חַיַּת הָאָרֶץ וּלְכָל-עוֹף הַשָּׁמַיִם וּלְכֹל רוֹמֵשׂ עַל-הָאָרֶץ, אֲשֶׁר-בּוֹ נֶפֶשׁ חַיָּה, אֶת-כָּל-יֶרֶק עֵשֶׂב, לְאָכְלָה; וַיְהִי-כֵן. וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת-כָּל-אֲשֶׁר עָשָׂה, וְהִנֵּה-טוֹב מְאֹד; וַיְהִי-עֶרֶב וַיְהִי-בֹקֶר, יוֹם הַשִּׁשִּׁי.
בשעת מען האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד אין בית המקדש פלעגן די לויים זינגען דעם קאפיטל ה' מלך גאות לבש[3], צוגעפאסט צום טאג אין וועלכע השי"ת האט געענדיגט זיין ווערק און געקעניגט איבער אלע[4]. מען פירט זיך צו זאגן דעם קאפיטל אלס שיר של יום, ביים סוף פון שחרית[5].
די אידן וועלכע זענען געווען פון די מעמדות ווען דער בית המקדש איז געשטאנען פלעגן נישט פאסטן אין דעם טאג, אנדערש ווי רוב טעג אין דער וואך, צוליבן כבוד פון שבת[6].
פרייטאג איז קעגן אהרן הכהן[7], און קעגן צללפונית די מאמע פון שמשון הגיבור[8].
אין אלגעמיינע קולטורן
רעפערענצן
טעג פון דער וואך | |
---|---|
|