אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת קידושין"
(המשך) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
# '''האומר''' – דער פרק רעדט זיך פון קידושין מיט א [[תנאי]], אויסשמועסנדיג די דינים פון תנאי אין אלגעמיין. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט פעלער ווען עס געשעט א ספק אדער מיינונגס פארשידנהייט איבער די קידושין, אדער עס איז אומקלאר וועלכע פרוי איז געווארן מקודשת אדער צו וועמען. עס שליסט זיך מיט די כללים פון [[יחוס]], אריינגערעכנט וועלכע קידושין זענען פארבאטן אדער קענען אינגאנצן נישט צושטאנד קומען. דער פרק פארמאגט דרייצן משניות. | # '''האומר''' – דער פרק רעדט זיך פון קידושין מיט א [[תנאי]], אויסשמועסנדיג די דינים פון תנאי אין אלגעמיין. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט פעלער ווען עס געשעט א ספק אדער מיינונגס פארשידנהייט איבער די קידושין, אדער עס איז אומקלאר וועלכע פרוי איז געווארן מקודשת אדער צו וועמען. עס שליסט זיך מיט די כללים פון [[יחוס]], אריינגערעכנט וועלכע קידושין זענען פארבאטן אדער קענען אינגאנצן נישט צושטאנד קומען. דער פרק פארמאגט דרייצן משניות. | ||
# '''עשרה יוחסין''' – דער פרק פארברייטערט איבער די הלכות פון יחוס, אריינגערעכנט איבער די באגלייבטקייט פון א מענטש צו פסל'ען זיין קינד און אנדערע ענליכע טענות. עס שליסט זיך מיט די הלכות פון [[יחוד]]. דער פרק פארמאגט פערצן משניות. | # '''עשרה יוחסין''' – דער פרק פארברייטערט איבער די הלכות פון יחוס, אריינגערעכנט איבער די באגלייבטקייט פון א מענטש צו פסל'ען זיין קינד און אנדערע ענליכע טענות. עס שליסט זיך מיט די הלכות פון [[יחוד]]. דער פרק פארמאגט פערצן משניות. | ||
==תלמוד בבלי== | |||
מסכת קידושין איז א פאפולערע "[[ישיבה]] מסכתא", בארימט צווישן די [[למדן|למדנים]] פאר אירע טיפע סוגיות{{הערה|{{ציטוטון|'''כי היא מסכתא עמוקה''', דקה מן הדקה, יש בקרבה אש וגפרית ורוח זלעפות, בדברי הגמרא ורש"י ותוספות, בקושיות והויות, '''עשר ידות משאר מסכתות'''|עצמות יוסף, אין די הקדמה}}.}}. ביי [[חסידים]] איז אנגענומען אז לערנען די מסכתא איז [[סגולה|מסוגל]] פאר [[שידוך|שידוכים]]{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי אברהם שלום האלבערשטאם|דברי שלום <מהדורה חדשה>|611306|עמוד=485}}}}. טייל האבן זיך געפירט צו לערנען די מסכתא, צוזאמען מיט [[מסכת כתובות]], אום [[שבועות]]{{הערה|[[רבי שמואל שמעלקא הורוויץ (ניקלשבורג)|רבי שמעלקא פון ניקלשבורג]] און זיין ברודער [[רבי פנחס הורוויץ]], געברענגט אין נטעי גבריאל אויף חג השבועות, עמוד ר"א.}}. | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{מסכתות}} |
רעוויזיע פון 14:10, 1 סעפטעמבער 2023
מסכת קִדּוּשִׁין איז די זיבעטע און לעצטע מסכתא אין סדר נשים, דער דריטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט דעם טאט פון קידושין - א שטאפל בעפאר די נישואין, ווען דאס פארפאלק איז נאכנישט פארהייראט און זיי זענען אסור איינער צום אנדערן, אבער זיי זענען שוין פארבינדן און ברויכן א גט זיך צו אפטיילן. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פיר פרקים, וואס אין זיי 47 משניות.
די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 81 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.
ארט אין סדר נשים
דער רמב"ם ערקלערט[1] אז די מסכת קומט נאך מסכת גיטין, כאטש דער סדר איז אז קידושין פאסירט פריער ווי גיטין, ווייל דאס איז דער סדר דערמאנט אין די תורה[2]: ”כִּי יִקַּח אִישׁ אִשָּׁה וּבְעָלָהּ וְהָיָה אִם לֹא תִמְצָא חֵן בְּעֵינָיו כִּי מָצָא בָהּ עֶרְוַת דָּבָר וְכָתַב לָהּ סֵפֶר כְּרִיתֻת וְנָתַן בְּיָדָהּ וְשִׁלְּחָהּ מִבֵּיתוֹ. וְיָצְאָה מִבֵּיתוֹ וְהָלְכָה וְהָיְתָה לְאִישׁ אַחֵר”, וואס פון אויספיר פון פסוק, "וְהָיְתָה לְאִישׁ-אַחֵר", לערנט מען ארויס דעם פעולה פון קידושין, ווי די גמרא זאגט[3]: "מקיש הויה ליציאה".
רבי מנחם המאירי האט געשטעלט מסכת קידושין אין אנהייב פון סדר נשים, וויבאלד קידושין קומט בעפאר אלע אנדערע עניני אישות[4].
פרקים און אינהאלט
- האשה נקנית – קידושין ווערט באטראכט ווי א קנין פון א מאן אין זיין פרוי. דער פרק הייבט זיך אן מיט די קנינים מיט וועלכע א מאן קען מקדש זיין א פרוי, און וויאזוי די פרוי קען זיך קונה זיין ארויסצוגיין פון זיין רשות. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די קנינים פון עבד עברי, אמה עבריה, עבד כנעני, בהמות, גרונטאייגנס און אנדערע חפצים. דער פרק פירט אויס מיט די חילוקים צווישן מענער און פרויען אין זייער חיוב אין געוויסע מצוות, און דרך אגב אויך אזעלכע חילוקים צווישן ארץ ישראל און חוץ לארץ. דער פרק פארמאגט צען משניות[5].
- האיש מקדש – דער פרק באהאנדלט קידושין דורך א שליח און קידושי טעות, אויספירנדיג מיט איסורי הנאה וואס מען קען מיט זיי נישט מקדש זיין. דער פרק פארמאגט צען משניות.
- האומר – דער פרק רעדט זיך פון קידושין מיט א תנאי, אויסשמועסנדיג די דינים פון תנאי אין אלגעמיין. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט פעלער ווען עס געשעט א ספק אדער מיינונגס פארשידנהייט איבער די קידושין, אדער עס איז אומקלאר וועלכע פרוי איז געווארן מקודשת אדער צו וועמען. עס שליסט זיך מיט די כללים פון יחוס, אריינגערעכנט וועלכע קידושין זענען פארבאטן אדער קענען אינגאנצן נישט צושטאנד קומען. דער פרק פארמאגט דרייצן משניות.
- עשרה יוחסין – דער פרק פארברייטערט איבער די הלכות פון יחוס, אריינגערעכנט איבער די באגלייבטקייט פון א מענטש צו פסל'ען זיין קינד און אנדערע ענליכע טענות. עס שליסט זיך מיט די הלכות פון יחוד. דער פרק פארמאגט פערצן משניות.
תלמוד בבלי
מסכת קידושין איז א פאפולערע "ישיבה מסכתא", בארימט צווישן די למדנים פאר אירע טיפע סוגיות[6]. ביי חסידים איז אנגענומען אז לערנען די מסכתא איז מסוגל פאר שידוכים[7]. טייל האבן זיך געפירט צו לערנען די מסכתא, צוזאמען מיט מסכת כתובות, אום שבועות[8].
רעפערענצן
- ↑ פירוש המשניות, הקדמה
- ↑ דברים כד, א–ב
- ↑ קידושין ה, א
- ↑ בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת קידושין
- ↑ דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.
- ↑ ”כי היא מסכתא עמוקה, דקה מן הדקה, יש בקרבה אש וגפרית ורוח זלעפות, בדברי הגמרא ורש"י ותוספות, בקושיות והויות, עשר ידות משאר מסכתות” (עצמות יוסף, אין די הקדמה).
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי אברהם שלום האלבערשטאם, דברי שלום <מהדורה חדשה> - ↑ רבי שמעלקא פון ניקלשבורג און זיין ברודער רבי פנחס הורוויץ, געברענגט אין נטעי גבריאל אויף חג השבועות, עמוד ר"א.
מסכתות ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ברכות (ב י) • פאה (י) • דמאי (י) • כלאיים (י) • שביעית (י) • תרומות (י) • מעשרות (י) • מעשר שני (י) • חלה (י) • ערלה (י) • ביכורים (י) | |
מועד | שבת (ב י) • עירובין (ב י) • פסחים (ב י) • שקלים (י) • יומא (ב י) • סוכה (ב י) • ביצה (ב י) • ראש השנה (ב י) • תענית (ב י) • מגילה (ב י) • מועד קטן (ב י) • חגיגה (ב י) | |
נשים | יבמות (ב י) • כתובות (ב י) • נדרים (ב י) • נזיר (ב י) • סוטה (ב י) • גיטין (ב י) • קידושין (ב י) | |
נזיקין | מסכת נזיקין: בבא קמא (ב י) • בבא מציעא (ב י) • בבא בתרא (ב י) • סנהדרין (ב י) • מכות (ב י) • שבועות (ב י) • עדיות • עבודה זרה (ב י) • אבות • הוריות (ב י) | |
קדשים | זבחים (ב) • מנחות (ב) • חולין (ב) • בכורות (ב) • ערכין (ב) • תמורה (ב) • כריתות (ב) • מעילה (ב) • תמיד (ב) • מדות • קינים | |
טהרות | כלים • אהלות • נגעים • פרה • טהרות • מקואות • נדה (ב י) • מכשירין • זבים • טבול יום • ידים • עוקצין | |
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי
|