אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חודש"
ק (הגהה) |
ק (כצ"ל...) |
||
שורה 5: | שורה 5: | ||
==אלס מאנאט== | ==אלס מאנאט== | ||
[[טעקע:Lunar libration with phase Oct 2007 (continuous loop).gif|קליין|לינקס|די פאזעס פון די לבנה דורכאויס די נעכט פון חודש, לויט ווי געזען פון [[צפון האלבקיילעך]].]] | [[טעקע:Lunar libration with phase Oct 2007 (continuous loop).gif|קליין|לינקס|די פאזעס פון די לבנה דורכאויס די נעכט פון חודש, לויט ווי געזען פון [[צפון האלבקיילעך]].]] | ||
דאס ווארט "חודש" נעמט זיך פון חידוש, באנייאונג, אנדייטנדיג אויפן [[מולד]] ווען די [[לבנה]] ווערט כאילו געשאפן פונדאסניי{{הערה|רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שני, שער ראשון}}. די באלאכטענע פון די לבנה, לויט ווי געזען פון דער וועלט, איז געוואנדן אין ארט פון די לבנה רעלאטיוו צום [[ערד-פלאנעט]], און אין ארט פון זיי ביידע רעלאטיוו צו דער [[זון]]. דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן איז אנגענומען אין אידישן לוח צו זיין, אין דורכשניט, 29 טעג מיט 12 [[שעה|שעות]] און 793 [[חלק (צייט)|חלקים]] (44 [[מינוט]]ן מיט 3 און א דריטל [[סעקונדע]]ס){{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|ו|ג}}; {{טור|אורח חיים|תכז}}}}. א חודש דארף אבער אנטהאלטן א גאנצע צאל פון טעג, אן קיין רעשט פון שעות{{הערה|{{בבלי|מגילה|ה|א}}}}; יעדער חודש איז דעריבער לאנג 29 אדער דרייסיג טעג{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|ח|ב}}; {{טור|אורח חיים|תכז}}}}. א חודש וואס איז לאנג 29 טעג הייסט א "חודש חסר", און א חודש וואס איז לאנג דרייסיג טעג הייסט א "חודש מלא". | דאס ווארט "חודש" נעמט זיך פון חידוש, באנייאונג, אנדייטנדיג אויפן [[מולד]] ווען די [[לבנה]] ווערט כאילו געשאפן פונדאסניי{{הערה|רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שני, שער ראשון}}. די באלאכטענע חלק פון די לבנה, לויט ווי געזען פון דער וועלט, איז געוואנדן אין ארט פון די לבנה רעלאטיוו צום [[ערד-פלאנעט]], און אין ארט פון זיי ביידע רעלאטיוו צו דער [[זון]]. דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן איז אנגענומען אין אידישן לוח צו זיין, אין דורכשניט, 29 טעג מיט 12 [[שעה|שעות]] און 793 [[חלק (צייט)|חלקים]] (44 [[מינוט]]ן מיט 3 און א דריטל [[סעקונדע]]ס){{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|ו|ג}}; {{טור|אורח חיים|תכז}}}}. א חודש דארף אבער אנטהאלטן א גאנצע צאל פון טעג, אן קיין רעשט פון שעות{{הערה|{{בבלי|מגילה|ה|א}}}}; יעדער חודש איז דעריבער לאנג 29 אדער דרייסיג טעג{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|ח|ב}}; {{טור|אורח חיים|תכז}}}}. א חודש וואס איז לאנג 29 טעג הייסט א "חודש חסר", און א חודש וואס איז לאנג דרייסיג טעג הייסט א "חודש מלא". | ||
אמאל פלעגט [[ראש חודש]], דער ערשטער טאג פונעם חודש, [[קידוש החודש|ווערן באשטימט]] דורך [[בית דין]] אויפן באזיס פון [[עדות|עדים]] וועלכע האבן געזען די לבנה, און דער חודש האט זיך גערעכנט פון אנהייב פון די נאכט אין וועלכע די נייע לבנה איז געזען געווארן - אדער פון אנהייב פון די 31'סטע נאכט אויב איז עס נישט געזען געווארן ביז אזוי שפעט{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|א|ג}}}}. דאקעגן, אינעם באשטימטן לוח איז נאר ראש חודש תשרי ([[ראש השנה]]) פארבינדן מיטן דורכשניטליכן מולד, און די לענג פון די חדשים רעכענען זיך לויט א באשטימטע פארמאט אין וועלכע ספעציפישע חדשים פארמאגן אלעמאל דעם זעלבן צאל טעג. צוויי אויסנאמען זענען [[חשוון]] און [[כסלו]], וואס זייער לענג טוישט זיך אויך אינעם באשטימטן לוח, געוואנדן אינעם [[קביעות פון יאר]]{{ביאור|דער געווענליכער סדר, פון זעקס חדשים מלאים און זעקס חסרים פאר יעדע יאר, וואלט געשטימט ווען דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן וואלט געווען פונקט 29.5 טעג. דער צייט אפשניט איז אבער מיט 793 חלקים לענגער, א חילוק וואס באטרעפט נאנט צו 9 שעה נאך צוועלף חדשים. צו אויסגלייכן דעם חשבון, דארף זיין דורכשניטליך 26 חדשים מלאים פאר יעדע 23 חדשים חסרים. א טייל פונעם אונטערשייד ווערט געדעקט דורך די עיבור יארן, אין וועלכע דער צוגעקומענער אדר א' איז שטענדיג מלא, אבער עס בלייבט נאך רעשט פון בערך א טאג פאר יעדע פינף יאר, וואס ווערט ערפילט ווען חשוון איז מלא. {{ש}}פון די אנדערע זייט דארפן טייל יארן זיין קורצער ווי דער געווענליכער סדר, צוליב די [[אידישער לוח#דחיות|דחיות]] וועלכע צווינגען אנצוהייבן דעם יאר שפעטער אבער שטופן נישט אפ דעם קומענדיגן. דאס ווערט אויסגעפירט דורך דעם וואס כסלו ווערט א חודש חסר.}}. | אמאל פלעגט [[ראש חודש]], דער ערשטער טאג פונעם חודש, [[קידוש החודש|ווערן באשטימט]] דורך [[בית דין]] אויפן באזיס פון [[עדות|עדים]] וועלכע האבן געזען די לבנה, און דער חודש האט זיך גערעכנט פון אנהייב פון די נאכט אין וועלכע די נייע לבנה איז געזען געווארן - אדער פון אנהייב פון די 31'סטע נאכט אויב איז עס נישט געזען געווארן ביז אזוי שפעט{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|א|ג}}}}. דאקעגן, אינעם באשטימטן לוח איז נאר ראש חודש תשרי ([[ראש השנה]]) פארבינדן מיטן דורכשניטליכן מולד, און די לענג פון די חדשים רעכענען זיך לויט א באשטימטע פארמאט אין וועלכע ספעציפישע חדשים פארמאגן אלעמאל דעם זעלבן צאל טעג. צוויי אויסנאמען זענען [[חשוון]] און [[כסלו]], וואס זייער לענג טוישט זיך אויך אינעם באשטימטן לוח, געוואנדן אינעם [[קביעות פון יאר]]{{ביאור|דער געווענליכער סדר, פון זעקס חדשים מלאים און זעקס חסרים פאר יעדע יאר, וואלט געשטימט ווען דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן וואלט געווען פונקט 29.5 טעג. דער צייט אפשניט איז אבער מיט 793 חלקים לענגער, א חילוק וואס באטרעפט נאנט צו 9 שעה נאך צוועלף חדשים. צו אויסגלייכן דעם חשבון, דארף זיין דורכשניטליך 26 חדשים מלאים פאר יעדע 23 חדשים חסרים. א טייל פונעם אונטערשייד ווערט געדעקט דורך די עיבור יארן, אין וועלכע דער צוגעקומענער אדר א' איז שטענדיג מלא, אבער עס בלייבט נאך רעשט פון בערך א טאג פאר יעדע פינף יאר, וואס ווערט ערפילט ווען חשוון איז מלא. {{ש}}פון די אנדערע זייט דארפן טייל יארן זיין קורצער ווי דער געווענליכער סדר, צוליב די [[אידישער לוח#דחיות|דחיות]] וועלכע צווינגען אנצוהייבן דעם יאר שפעטער אבער שטופן נישט אפ דעם קומענדיגן. דאס ווערט אויסגעפירט דורך דעם וואס כסלו ווערט א חודש חסר.}}. |
רעוויזיע פון 13:05, 29 אויגוסט 2023
א חודש (לשון רבים: חדשים) איז א מאנאט פון דעם אידישן לוח. א געווענליך יאר האט צוועלף חדשים, און אן עיבור יאר האט דרייצן.
דער טערמין ווערט אויך באניצט פאר א צייט אפשניט פון דרייסיג (אדער 29) טעג, אומאפהענגיג פון א ספעציפישער חודש אין דעם לוח.
אלס מאנאט
דאס ווארט "חודש" נעמט זיך פון חידוש, באנייאונג, אנדייטנדיג אויפן מולד ווען די לבנה ווערט כאילו געשאפן פונדאסניי[1]. די באלאכטענע חלק פון די לבנה, לויט ווי געזען פון דער וועלט, איז געוואנדן אין ארט פון די לבנה רעלאטיוו צום ערד-פלאנעט, און אין ארט פון זיי ביידע רעלאטיוו צו דער זון. דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן איז אנגענומען אין אידישן לוח צו זיין, אין דורכשניט, 29 טעג מיט 12 שעות און 793 חלקים (44 מינוטן מיט 3 און א דריטל סעקונדעס)[2]. א חודש דארף אבער אנטהאלטן א גאנצע צאל פון טעג, אן קיין רעשט פון שעות[3]; יעדער חודש איז דעריבער לאנג 29 אדער דרייסיג טעג[4]. א חודש וואס איז לאנג 29 טעג הייסט א "חודש חסר", און א חודש וואס איז לאנג דרייסיג טעג הייסט א "חודש מלא".
אמאל פלעגט ראש חודש, דער ערשטער טאג פונעם חודש, ווערן באשטימט דורך בית דין אויפן באזיס פון עדים וועלכע האבן געזען די לבנה, און דער חודש האט זיך גערעכנט פון אנהייב פון די נאכט אין וועלכע די נייע לבנה איז געזען געווארן - אדער פון אנהייב פון די 31'סטע נאכט אויב איז עס נישט געזען געווארן ביז אזוי שפעט[5]. דאקעגן, אינעם באשטימטן לוח איז נאר ראש חודש תשרי (ראש השנה) פארבינדן מיטן דורכשניטליכן מולד, און די לענג פון די חדשים רעכענען זיך לויט א באשטימטע פארמאט אין וועלכע ספעציפישע חדשים פארמאגן אלעמאל דעם זעלבן צאל טעג. צוויי אויסנאמען זענען חשוון און כסלו, וואס זייער לענג טוישט זיך אויך אינעם באשטימטן לוח, געוואנדן אינעם קביעות פון יאר[א].
חודש | לענג אין טעג |
---|---|
תשרי | 30 |
חשוון | 29 / 30 |
כסלו | 30 / 29 |
טבת | 29 |
שבט | 30 |
אדר א' (אין עיבור יאר) | 30 |
אדר ב'/אדר פון געווענליך יאר | 29 |
ניסן | 30 |
אייר | 29 |
סיון | 30 |
תמוז | 29 |
אב | 30 |
אלול | 29 |
נאטיצן
- ↑ דער געווענליכער סדר, פון זעקס חדשים מלאים און זעקס חסרים פאר יעדע יאר, וואלט געשטימט ווען דער צייט אפשניט פון איין מולד ביזן קומענדיגן וואלט געווען פונקט 29.5 טעג. דער צייט אפשניט איז אבער מיט 793 חלקים לענגער, א חילוק וואס באטרעפט נאנט צו 9 שעה נאך צוועלף חדשים. צו אויסגלייכן דעם חשבון, דארף זיין דורכשניטליך 26 חדשים מלאים פאר יעדע 23 חדשים חסרים. א טייל פונעם אונטערשייד ווערט געדעקט דורך די עיבור יארן, אין וועלכע דער צוגעקומענער אדר א' איז שטענדיג מלא, אבער עס בלייבט נאך רעשט פון בערך א טאג פאר יעדע פינף יאר, וואס ווערט ערפילט ווען חשוון איז מלא.
פון די אנדערע זייט דארפן טייל יארן זיין קורצער ווי דער געווענליכער סדר, צוליב די דחיות וועלכע צווינגען אנצוהייבן דעם יאר שפעטער אבער שטופן נישט אפ דעם קומענדיגן. דאס ווערט אויסגעפירט דורך דעם וואס כסלו ווערט א חודש חסר.
רעפערענצן
- ↑ רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שני, שער ראשון
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ו', הלכה ג'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ז
- ↑ מגילה ה, א
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ב'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ז
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק א', הלכה ג'