אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וואס איז נייעס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022

וואס איז נייעס איז אן ענגליש שפראך נייעס וועבזייטל וואס ווערט אנגעפירט דורך חרדישע אידן און זאמעלט טעגליך נאכאנאנד אלע נייעס וואס פאראינטערסירן א פרומען איד אויפן אינטערנעט.

אויך האט דאס דורכאויס א גאנצן טאג פרישע דערהיינטיקן און פארבינדונגען צו אלע צייטונגען איבער דער וועלט וואס באריכטן וועגן אידן און אידישקייט, דורך גוגל אלערטס וואס ער קאפירט.

און אין דעם געגנט פון ברוקלין און אייבערשטאט ניו יארק האט ער אלע טראפיק אפדעיטס און אלערטס כסדר.

לינקען צו אנדערע פלעצער

יעדער פאסט פון דארטן איז קאפירט פון אנדערע בלאגס און צייטונגען מיט רוב מאל צושרייבן א מקור פון ווי זיי האבן דאס געקאפיעט.

איסור פון די רבנים

אין חודש טבת תשע"א איז ארויסגעקומען אן איסור פון די רבנים קעגן וואס איז נייעס. דעם קול קורא האבן געחתמעט די רבנים יעקב פערלאוו (נאוואמינסקער רבי), מלכיאל קאטלער, אהרן שעכטער (ראש ישיבה פון רבי חיים בערלין), ירוחם אלשין, שמואל קאמינעצקי (ראש ישיבה פילאדעלפיע) און, מתתיהו סאלאמאן.[1]

רעפערענצן


וועבלינקען