אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וואמושפיערטש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022

וואַמאָש-פּערטש (אונגאַריש: Vámospércs) איז א שטעטל אין אונגארן, בערך 18 ק"מ מזרח פון דעברעצין.

ס'איז געווען א טייל פון מלכות אונגארן פונעם11טן יאָרהונדערט ביז 1918 מיטן נאָמען הודא-וואמאשפערטש, אין הודא-ביהאַר, אינעם צפון רעגיאָן (געגנט) פון אונגארן.

היסטאריע פונעם שטעטל

אין די יארן צווישן 1292 און 1294, ווערט דאס דארף דאס ערשטע מאל דערמאנט, אין דער ליסטע פון שטייער פון 'נוידוואראד' אויפ'ן נאמען 'בעלפערטש'. אין יאר 1992 האט דאס שטעטל געפייערט דעם 700סטן יארטאג צו איר אפציעלער גרינדונג.

אין די סוף פון די 13 יאָרהונדערט, האבן די קנעכט פונעם קעניג מאטיאש זיך באזעצט דאָ אינעם דערפל, וואס איז געווען גרויסער וואלד מיט אסאך דעמב ביימער. אבער די ערד באַזיצער האבן געהאט די רעכט צו בעטן שטייער אויף די איבערליפערונג פון זאַלץ און טייַערע מעטאַל, ​​דורך זייער געגענט. און דער קעניג האט זיי אויך געגעבן רעכט צו מאכן א מארק פארקויף.

אין 1605 זענען די היידו געגענטער, אריינגערעכענט 'היידו-וואמושפערטש', געווארן פאררעכענט אלץ שטאט. ווען דאס ערשטע שולע איז געעפענט געווארן אין יאר 1742. אבער אין 1876 האט דאס דערפל פארלוירן איר נאמען אלץ א שטאט, און ס'צוריק געבליבן א דערפל.

די ערשטע יודן זענען ערלויבט געווארן דא צו וואוינען, אנהייב 1850. און זיי האבן אנגעהויבן באארבעטן די געגענט, און זיך פארנומען מיט די לאנדווירטשאפט אין די ארומיגע שטעט אויכעט. זיי האבן אנגעפלאנצן ווײַנגערטנער, וואס איז געווארן זייער גוטע פארדינסטן דערפון. אין יאר 1905 איז אויפגעשטעלט געווארן דאס ערשטע פּאַרע-געטריבענעם מיל אין דארף.

אין יאר 1877 איז דאס שטעטל באשטאנען פון 2,552 בירגער, צווישן זיי איז געווען אומגעפער 166 יודישע פאמיליעס. און אין יאר 1880 האט שוין די יודישע געמיינדע אויפגעהאלטן א שול, און ס'איז געוואקסן צו 186 משפחות. דער דיין אין שטעטל, הרב ר' משה יודא גאלדשטיין זצ"ל, איז אויך געווען דער שוחט און דער מוהל, און אלעס וואס מ'האט געברויכט אין די קהילה פונעם דארף, און באמת אויך אינעם גאנצן געגענט ארום. אויך א יודישע שולע פאר'ן יוגענט איז געגרינדעט געווארן צום סוף פונעם יארהונדערט, וואס איז געווארן טיילווייז פינאנצירט דורכ'ן רעגירונג.

צווישן די צוויי וועלט מלחמות האט זיך שוין געציילט בערך 320 די יודישע משפחות אין דארף. און אין אלגעמיין איז געווען זייער גוטע באציאונג צווישן די גוים און די יודען, ביז ס'האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט'ס קריג.

ביים צווייטן וועלטס קריג

אין יאר 1939, זענען אסאך יודן פונעם דארף געכאפט געווארן צו צוואנגס-ארבעט, און א טייל פון זיי, אומגעפער 26 מענער, זענען פארשלעפט געווארן ביז צו די קארפאטן בערג, פון וואו זיי זענען מער נישט צוריקגעקומען אהיים.

עטליכע יאר אינצווישן, איז וואמושפערטש געבליבן היבש רואיג, ווען דאס מערהייט יודען פון דארף זענען געווען פארטון אין געהעריגע געשעפטן.

פינעף יאר שפעטער, דעם צווייטן טאג שבועות, תש"ד, די 29סטן מאי 1944, איז דער פאליציי-הויפט אריין אין שול, און געמאלדן אז מארגען וועלן אלע יודען פון שטעטל ווערן אוועקגעפירט פונעם דארף. אויפֿ'ן אַנדערן טאָג, זײַנען לאסט וואַגאָנען געשטאַנען גרייט, צו טראַנספּאָרטירן די יודען פֿון וואַמאָשפּערטש - קיין דעברעצין. ביים אָנקומען אהין, האט זיך אנגעהויבען א רייע פיינונגען דורך די דזשאנדארן, ווען מ'האט זיי צוגענומען אלעס וואס זיי האבן פארמאגט, און געשלעפט צו שווערע צוואנגס-ארבעט.

צווישן ד' תמוז און ז' תמוז תש"ד, זענען אלע יודען פון וואמושפערטש - מיט אלע וואס זענען געווען אין דעברעצין - טראנספארטירט געווארן קיין אוישוויץ.

נאכן קריג

נאך וואס די אייזערנעם פארהאנג איז געפאלן, האט זיך דאס דערפל צוריק אנטוויקעלט אלץ געהעריגער שטעטל פון איבער 5000 איינוואוינער, אבער דאס יודישע לעבן איז פארווישט געווארן פון דארט אינגאנצן. דער אמאליגער שול איז פארוואנדעלט אין אַ באַרבער-געשעפט, אבער כאטש די בית החיים איז געבליבן גאנץ, מיט אומגעפער 80 מציבות אין א געהעריגער צושטאנד.

אַרייַנגערעכנט די עפענען פעלד צו די לינקס, די געציילטע שארית הפליטה יידן וואס האבן איבערגעלעבט דעם האלאקאסט, האבן זיך נאכן קריג אוועקגעצויגן פון אונגארן, און היינט צוטאגס, אינעם יאר ה'תשס"ט, וואוינען אין דארף בלויז 4 יודען.

וועבלינקן