אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לייב קוויטקא"

290 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 2 יאָר
פעלט ניט אויס
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
(פעלט ניט אויס)
שורה 1: שורה 1:
'''לייב קוויטקאָ''' ({{שפראך-ru|Лев (Лейб) Моисеевич Квитко}}, ''לעוו מויסיעוויטש קוויטקא'';{{ר}} 15טן אקטאבער 1890 –  הינריכטעט 12טן אויגוסט 1952) איז געווען אַ [[אידיש]]ער [[דיכטער]].  
'''לייב קוויטקאָ''' ({{שפראך-ru|Лев (Лейб) Моисеевич Квитко}}, ''לעוו מויסיעוויטש קוויטקא'';{{ר}} 15טן אקטאבער 1890 –  הינריכטעט 12טן אויגוסט 1952) איז געווען אַ [[אידיש]]ער [[דיכטער]].  

ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל [[האָלאָסקאָוו]] פון דער [[פאָדאָליער גובערניע]] פון דער [[רוסלענדישער אימפּעריע]] (יעצט – די כמעלניצקער געגנט פון [[אוקראַיִנע]]). ער האָט ניט געוואוּסט גענוי זיין געבורטס-דאַטע און געהאַלטן, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אומגעפער ערגעץ אין 1893 – 1895. אין זיינע אָפיציִעלע דאָקומענטן אָבער איז געשטאַנען די דאַטע – דעם 11טן נאָוועמבער 1890 (לויטן [[יוליאנישער קאלענדאר|יוליאנישן קאלענדאר]]). לייב קוויטקאָ איז פרי געבליבן אַ יתום און געוואַקסן ביי דער באָבען. ער האָט זיך געלערנט אין אַ חדר און נאָך יונגלווייז אָנגעהויבן אַרבעטן. שוין אין די קינדער-יאָרן האָט ער געשריבן לידער. זיין ערשטע פּובליקאַציע געווען אין מאי 1917 אין דער קיעווער צייטונג "דאָס פרייע וואָרט". אין דעם זעלבן יאָר איז אין קיעוו דערשינען זיין ערשטע לידער-זאַמלונג "לידעלעך". באַרימט געוואָרן אַדאַנק זיין פּאָעמע "אין רויטן שטורעם", געווידמעט דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע אין רוסלאַנד. די פּאָעמע איז פאַרעפנטליכט געוואָרן אין דער קיעווער צייטונג "דאָס ווארט" נאָוועמבער 1918. אַזעלכע שורות פון איר, ווי "מיר צעקריגטע שוין מיט טאַטעס,/ מיר פאַרברענען אַלטע שמאַטעס..." האָבן אָפּגעשפּיגלט שטימונגען פון אַ באַדייטנדער טייל אידישער יוגנט.
ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל [[האָלאָסקאָוו]] פון דער [[פאָדאָליער גובערניע]] פון דער [[רוסלענדישער אימפּעריע]] (יעצט – די כמעלניצקער געגנט פון [[אוקראַיִנע]]). ער האָט ניט געוואוּסט גענוי זיין געבורטס-דאַטע און געהאַלטן, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אומגעפער ערגעץ אין 1893 – 1895. אין זיינע אָפיציִעלע דאָקומענטן אָבער איז געשטאַנען די דאַטע – דעם 11טן נאָוועמבער 1890 (לויטן [[יוליאנישער קאלענדאר|יוליאנישן קאלענדאר]]). לייב קוויטקאָ איז פרי געבליבן אַ יתום און געוואַקסן ביי דער באָבען. ער האָט זיך געלערנט אין אַ חדר און נאָך יונגלווייז אָנגעהויבן אַרבעטן. שוין אין די קינדער-יאָרן האָט ער געשריבן לידער. זיין ערשטע פּובליקאַציע געווען אין מאי 1917 אין דער קיעווער צייטונג "דאָס פרייע וואָרט". אין דעם זעלבן יאָר איז אין קיעוו דערשינען זיין ערשטע לידער-זאַמלונג "לידעלעך". באַרימט געוואָרן אַדאַנק זיין פּאָעמע "אין רויטן שטורעם", געווידמעט דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע אין רוסלאַנד. די פּאָעמע איז פאַרעפנטליכט געוואָרן אין דער קיעווער צייטונג "דאָס ווארט" נאָוועמבער 1918.

אין 1919 איז אין [[קיעוו]] דערשינען די צווייטע לייב קוויטקאָס לידער זאַמלונג "די טריט" און אין 1921 אין דער זעלבער שטאָט – זיין דריטע זאַמלונג "ליריק. גייסט". אין יענעם פּעריִאָד איז לייב קוויטקאָ געווען באַנאַנד מיט דוד האָפשטיין און פּרץ מאַרקיש איינער פון די פירנדיקע דיכטער פון דער ליטעראַטור-פאַרייניגונג, באַוואוּסטער אונטערן נאָמען "די קיעווער גרופּע".