אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לא תתורו"
(פארברייטערט) |
(←אחרי לבבכם: פארברייטערט) |
||
שורה 20: | שורה 20: | ||
===אחרי לבבכם=== | ===אחרי לבבכם=== | ||
"אחרי לבבכם" איז דער איסור אז דער מענטש זאל נישט אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען אים גורם זיין צו לייקענען איינע פון די עיקרי אמונה, ווייל דער מענטש'ס שכל איז באגרעניצט, און נישט אלע קענען אנקומען צום אמת. צום ביישפיל, אמאל וועט א מענטש אריינטראכטן אין [[עבודה זרה]] אדער אין [[יחוד השם]] צי עס איז אזוי אדער נישט, א.א.וו. און ווייל ער ווייסט נישט די וועגן וויאזוי צו דן זיין דערין וועט ער אנקומען צו מינות{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ב|ג}}}}. | "אחרי לבבכם" איז דער איסור אז דער מענטש זאל נישט אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען אים גורם זיין צו לייקענען איינע פון די עיקרי אמונה, ווייל דער מענטש'ס שכל איז באגרעניצט, און נישט אלע קענען אנקומען צום אמת. צום ביישפיל, אמאל וועט א מענטש אריינטראכטן אין [[עבודה זרה]] אדער אין [[יחוד השם]] צי עס איז אזוי אדער נישט, א.א.וו. און ווייל ער ווייסט נישט די וועגן וויאזוי צו דן זיין דערין וועט ער אנקומען צו מינות{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|ב|ג}}}}. אויך ליגט אין דעם איסור, נישט נאכצוטראכטן נאך דעם משפט פון השי"ת{{הערה|ריקאנטי אויף במדבר טו, לט}}. | ||
טייל ראשונים | מען איז נאר עובר ווען מען איז מייחד די מחשבה דאס צו טראכטן, און נישט ווען עס איז אים אליין אויפגעקומען אין געדאנק{{הערה|שם=חינוך}}{{הערה|שם=פוקד|פוקד עקרים, אות ד'}}. אויב האט ער ווייטער אריינגעטראכט דערין און עס נישט אוועקגעשטופט פון זיין הארץ, איז ער יא עובר{{הערה|שם=פוקד}}. | ||
הרהור עבודה זרה וואס איז כלל פון דעם איסור, איז עס לויט טייל אחרונים ווען ער טראכט צו דינען עבודה זרה{{הערה|פנים יפות אויף דברים יג ט}}, לויט אנדערע איז עס ווען ער טראכט אז די עבודה זרה האט עפעס אין זיך{{הערה|בן אריה חלק ב', סימן ה' אות י'}}, אדער ווען ער שטעלט צוזאמען שם שמים מיט עפעס אנדערש{{הערה|{{בבלי|ברכות|יב|ב|מפרש=מהרש"א}}}}. | |||
לויט טייל ראשונים איז אין כלל פון דעם איסור צו טראכטן צו טון סיי וועלכע עבירה{{הערה|שערי תשובה שער ג' אות מ"א. זעט אין פירוש הגר"י פערלא אויפן רס"ג לא תעשה א, וואו ער לערנט אז אזוי האלטן אויך דער רמב"ם, סמ"ג, ספר החינוך, און דער רס"ג אליין וועלכער האלט אז דאס איז נאר אן אסמכתא.}}, אנדערע קריגן דערויף{{הערה|לב מבין אויף עבודה זרה פרק ב' הלכה ג', בדעת רש"י}}. | |||
<!-- (כדי להתלמד, ובאופן אקראי, להרחיב בזה) --> | <!-- (כדי להתלמד, ובאופן אקראי, להרחיב בזה) --> | ||
רעוויזיע פון 12:02, 5 יולי 2023
מקרא | במדבר טו, לט |
---|---|
ברייתא | ספרי אויף במדבר טו, לט (פיסקא קטו) |
תלמוד בבלי | נדרים כ, ב |
תלמוד ירושלמי |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ירושלמי פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק א', הלכה ה' |
משנה תורה |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ב', הלכות א'–ג' |
ספרי מניין המצוות |
ספר המצוות, לאו מ"ז ספר החינוך, מצוה שפ"ז סמ"ג לאו ט"ו |
מקורות נוספים | מלבי"ם, במדבר טו, לט |
לא תתורו איז א לא תעשה פון די תורה וואס פארבאט צו אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען צוברענגען דעם מענטש צו לייקענען אין איינע פון די עיקרי אמונה, און צו נאכגיין די אייגענע גלוסטענישן וואס קען צוברענגען דעם מענטש צו עובר זיין אויף די תורה.
מקור פון די מצוה
דער מקור פון די מצוה איז אין פרשת שלח: ”וְלֹא תָתֻרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם”[1]. חז"ל דרש'נען דעם פסוק "ולא תתורו אחרי לבבכם" - זו מינות, ..."ואחרי עיניכם" - זו זנות[2].
טייל ראשונים רעכענען "אחרי לבבכם" און "אחרי עיניכם" פאר צוויי באזונדערע מצוות[3], אבער רוב ראשונים רעכענען עס פאר איין מצוה. לויט איין דעה איז עס אינגאנצן נישט קיין מצוה, נאר די תורה באצייכנט דעם תועלת וואס וועט ארויסקומען פון מצות ציצית[4], און די דרשה פון חז"ל איז אן אסמכתא[5].
איינצלהייטן פון די מצוה
אחרי לבבכם
"אחרי לבבכם" איז דער איסור אז דער מענטש זאל נישט אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען אים גורם זיין צו לייקענען איינע פון די עיקרי אמונה, ווייל דער מענטש'ס שכל איז באגרעניצט, און נישט אלע קענען אנקומען צום אמת. צום ביישפיל, אמאל וועט א מענטש אריינטראכטן אין עבודה זרה אדער אין יחוד השם צי עס איז אזוי אדער נישט, א.א.וו. און ווייל ער ווייסט נישט די וועגן וויאזוי צו דן זיין דערין וועט ער אנקומען צו מינות[6]. אויך ליגט אין דעם איסור, נישט נאכצוטראכטן נאך דעם משפט פון השי"ת[7].
מען איז נאר עובר ווען מען איז מייחד די מחשבה דאס צו טראכטן, און נישט ווען עס איז אים אליין אויפגעקומען אין געדאנק[8][9]. אויב האט ער ווייטער אריינגעטראכט דערין און עס נישט אוועקגעשטופט פון זיין הארץ, איז ער יא עובר[9].
הרהור עבודה זרה וואס איז כלל פון דעם איסור, איז עס לויט טייל אחרונים ווען ער טראכט צו דינען עבודה זרה[10], לויט אנדערע איז עס ווען ער טראכט אז די עבודה זרה האט עפעס אין זיך[11], אדער ווען ער שטעלט צוזאמען שם שמים מיט עפעס אנדערש[12].
לויט טייל ראשונים איז אין כלל פון דעם איסור צו טראכטן צו טון סיי וועלכע עבירה[13], אנדערע קריגן דערויף[14].
אחרי עיניכם
די ראשונים ערקלערן אז "אחרי עיניכם זו זנות" מיינט אז דער מענטש זאל זיך נישט אריינטון דעם קאפ אין עולם הזה'דיגע גלוסטענישן, ווען עס איז נישט מיטן ציל אז ער זאל זיין געזונט און ער זאל קענען דינען דעם אויבערשטן[15][8].
טייל ראשונים לערנען ארויס פון דא דער איסור הסתכלות אין אן אשת איש[16].
ביי וועם און ווען גייט אן די מצוה
די מצוה גייט אן סיי ביי זכרים און ביי נקיבות[8]. בני נח, כאטש זיי זענען באפוילן געווארן אויף דער איסור פון עבודה זרה און טייל עריות, גייט ביי זיי נישט אן דער מצוה[17].
די מצוה איז איינע פון די מצוות תמידיות וואס א מענטש דארף אלעמאל מקיים זיין[18].
מלקות
מען באקומט נישט קיין מלקות אויף דעם לאו, וויבאלד עס איז נישט קיין באשטימטע זאך וואס מ'קען אנווארענען א מענטש דערויף[8], און אויך ווייל עס איז א לאו שאין בו מעשה[19][8], און אויך ווייל עס איז א לאו שבכללות[20]; אדער ווייל עס איז א הארבע עבירה וואס שטויסט אפ דעם מענטש פון עולם הבא, און מלקות איז נישט גענוג דערפאר[21].
לויט טייל אחרונים, געבט מען מכת מרדות פאר דער וואס איז עובר אויף דעם לאו[22]. אנדערע קריגן[23].
רעפערענצן
- ↑ במדבר טו, לט
- ↑ ספרי אויף במדבר טו, לט; ברכות יב, ב
- ↑ סמ"ק סימן י"ב און סימן ל'. זעט אויך זהר הרקיע אות קכ"ה.
- ↑ רלב"ג, במדבר טו, לט
- ↑ פירוש הגר"י פערלא אויף ספר המצוות לרב סעדיה גאון, ל"ת א-ד ד"ה הן אמת, בדעת רס"ג
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ב', הלכה ג'
- ↑ ריקאנטי אויף במדבר טו, לט
- ↑ 8.0 8.1 8.2 8.3 8.4 ספר החינוך, מצוה שפ"ז
- ↑ 9.0 9.1 פוקד עקרים, אות ד'
- ↑ פנים יפות אויף דברים יג ט
- ↑ בן אריה חלק ב', סימן ה' אות י'
- ↑ מהרש"א, ברכות יב, ב
- ↑ שערי תשובה שער ג' אות מ"א. זעט אין פירוש הגר"י פערלא אויפן רס"ג לא תעשה א, וואו ער לערנט אז אזוי האלטן אויך דער רמב"ם, סמ"ג, ספר החינוך, און דער רס"ג אליין וועלכער האלט אז דאס איז נאר אן אסמכתא.
- ↑ לב מבין אויף עבודה זרה פרק ב' הלכה ג', בדעת רש"י
- ↑ ספר המצוות, לא תעשה מ"ז
- ↑ אגרת התשובה לרבינו יונה, אות י"ח; סמ"ק סימן ל'. דער סמ"ק זאגט דארט אז דער איסור איז נאר "לשם זנות", און אן דעם איז עס נאר דער איסור פון "ונשמרת מכל דבר רע"; זעט אבער אין חכמת אדם כלל קכז אות ב, וואו ער האלט אז אלע הרהורים גייען אויך אריין אינעם איסור פון "ולא תתורו"
- ↑ בן אריה חלק ב', סימן ה' אות י'
- ↑ ביאור הלכה אורח חיים סימן א, בשם ספר החינוך
- ↑ סמ"ג לאו ט"ו
- ↑ דינא דחיי לסמ"ג לאוין טו, בשם משמרת מצוה; עצי ארזים אה"ע כא א
- ↑ חידושי רבי עקיבא איגר אויף רמב"ם דארט, בדעת הרמב"ם
- ↑ עצי ארזים אבן העזר סימן כ"א, און חמדת ישראל קונטרס נר מצוה אות י"ב, בדעת הרמב"ם
- ↑ זעט שו"ת פני יהושע ח"ב אה"ע סימן מ"ד און בית שמואל, אבן העזר, סימן כ"א, וועלכע ערקלערן אנדערש דעם רמב"ם