אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי זאב וואלף פון זיטאמיר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏תלמידים: הגהה, נאר די וואס מ'ווייסט עפעס פון זיי)
ק (צונויפגיסן רעפערענצן, איינהייטליך)
שורה 34: שורה 34:
אין זיינע דרשות וועלכע זענען געדרוקט אין ספר האט ער אויפגעפאדערט זיך צו אויפפירן מיט פשטות, און פארדאמט דאס נאכלויפן מותרות. ער האט זייער אוועקגעמאכט די וועלט און אירע פארמעגס, הנאות און פארשידנס, און ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון צו קריטיקירן אויך די פירערשאפט פון אדמורי"ם אין זיין דור{{הערה|זעט דער ארטיקל איבער אים אין אנציקלופדיה העברית, באנד ט"ז, זייט 69.}}. ער דרוקט אויס קעגנערשאפט צו [[סיגוף|סיגופים]] און שליסט אויס אלערליי דרויסנדע פעולות אין עבודת ה', ווי תנועות ביים דאווענען אדער צופיל פארלענגערן דאס דאווענען. אין דעם ספר ווערט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט אלע צענטראלע שאלות מיט וועלכע דער עולם החסידות איז דאן געווען פארנומען{{הערה|1=[http://www.tau.ac.il/humanities/yedion/09-10/classic/single_syllabus/06903762.html סילאבוס פאַר די קורס אויף "עיונים אין ספר אור המאיר"], ד"ר יורם יאקאבסאהן}}.
אין זיינע דרשות וועלכע זענען געדרוקט אין ספר האט ער אויפגעפאדערט זיך צו אויפפירן מיט פשטות, און פארדאמט דאס נאכלויפן מותרות. ער האט זייער אוועקגעמאכט די וועלט און אירע פארמעגס, הנאות און פארשידנס, און ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון צו קריטיקירן אויך די פירערשאפט פון אדמורי"ם אין זיין דור{{הערה|זעט דער ארטיקל איבער אים אין אנציקלופדיה העברית, באנד ט"ז, זייט 69.}}. ער דרוקט אויס קעגנערשאפט צו [[סיגוף|סיגופים]] און שליסט אויס אלערליי דרויסנדע פעולות אין עבודת ה', ווי תנועות ביים דאווענען אדער צופיל פארלענגערן דאס דאווענען. אין דעם ספר ווערט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט אלע צענטראלע שאלות מיט וועלכע דער עולם החסידות איז דאן געווען פארנומען{{הערה|1=[http://www.tau.ac.il/humanities/yedion/09-10/classic/single_syllabus/06903762.html סילאבוס פאַר די קורס אויף "עיונים אין ספר אור המאיר"], ד"ר יורם יאקאבסאהן}}.


דורכאויס דעם ספר ווערן דערמאנט אסאך פון די גדולים פון יענע יארן, ווי [[רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב]]{{הערה|אין [[פרשת צו]]}}, דער [[רבי יהודה לייב פון פולנאה|מוכיח פון פולנאה]]{{הערה|אין [[פרשת מקץ]]; [[פרשת כי תצא]]}}, [[רבי נחמן פון קאסוב]]{{הערה|אין [[פרשת בחוקותי]]}}, [[רבי יחיאל מיכל פון האראדנא]]{{הערה|אויף [[שבועות]]}}, און אזוי אויך די ספרים פון [[רבי יעקב יוסף פון פולנאה]]{{הערה|אין [[פרשת צו]]}}.
דורכאויס דעם ספר ווערן דערמאנט אסאך פון די גדולים פון יענע יארן, ווי [[רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב]]{{הערה|שם=צו|אין [[פרשת צו]]}}, דער [[רבי יהודה לייב פון פולנאה|מוכיח פון פולנאה]]{{הערה|אין [[פרשת מקץ]]; [[פרשת כי תצא]]}}, [[רבי נחמן פון קאסוב]]{{הערה|אין [[פרשת בחוקותי]]}}, [[רבי יחיאל מיכל פון האראדנא]]{{הערה|אויף [[שבועות]]}}, און אזוי אויך די ספרים פון [[רבי יעקב יוסף פון פולנאה]]{{הערה|שם=צו}}.


== פאמיליע ==
== פאמיליע ==
שורה 60: שורה 60:
* [[רבי אברהם דוב אויערבאך]] פון אווריטש
* [[רבי אברהם דוב אויערבאך]] פון אווריטש


== ליינט מער ==
== צו ליינען מער ==
* מבוא און תולדות המחבר, '''אור המאיר''', מכון אבן ישראל, [[ה'תשנ"ה]]
* מבוא און תולדות המחבר, '''אור המאיר''', מכון אבן ישראל, [[ה'תשנ"ה]]



רעוויזיע פון 12:44, 22 מאי 2023

דער "אור המאיר"
רבי זאב וואלף פון זיטאמיר
שער בלאט פון ספר "אור המאיר"
שער בלאט פון ספר "אור המאיר"
כינוי רבי וועלוועלע פון זיטאמיר
פטירה ה' סיון ה'תקנ"ז
איוועניץ, זשיטאמיר גובערניע
מקום קבורה איוועניץ
מדינה רוסישע אימפעריע (היינטיגע אוקראינע)
וואוין אָרט זשיטאמיר; איוועניץ
טעטיגקייט אָרט רוסישע אימפעריע (היינטיגע אוקראינע)
רבי'ס רבי דוב בער פון מעזריטש
ספרים אור המאיר
ווייב עטיא אסתר, טויבא
קינדער רבי ישראל דוב בער, רבי מנחם מענדיל, רבי צבי הירש, רבי יוסף,
רבי דוד, רבי יחיאל מיכל, רבי פנחס פון קאלק

רבי זאב וואלף פון זיטאמיר (גערופן דער אור המאיר אויפן נאמען פון זיין ספר, אוועק ה' סיון ה'תקנ"ז[1]), איז געווען פון דריטער דור פון חסידות, פון די גרויסע תלמידים ביי רבי דוב בער פון מעזריטש. ער איז קודם געווען א וויין סוחר, דערנאך האט ער געדינט אלס מגיד מישרים און פארשפרייט דעם תורת החסידות אין זיטאמיר.

ביאגראפיע

ווייניג איז באקאנט איבער זיין אפשטאם און זיינע יונגע יארן. זיין מאמע האט געהייסן יהודית, און זי איז געווען מיוחס צו רבי שאול וואהל. רבי זאב וואלף האט חתונה געהאט צו עטיא אסתר. אין די שפעטערע יארן, נאך וואס זי איז אוועק, האט ער חתונה געהאט צו טויבא, א טאכטער פון רבי צבי הירש מרגליות דער רב אין מעזריטש, וואס זי איז געווען די אלמנה פון רבי יצחק אייזיק כץ דער מחבר פון ספר "ברית כהונת עולם", און ער האט געהאט מיט איר דריי זון.

רבי זאב וואלף איז געווען א תלמיד פון דער מעזריטשער מגיד[א]. ער האט מקבל געווען אויך פון רבי פינחס פון קאריץ[2], און ער איז געווען נאנט מיט נאך צדיקים פון יענעם דור, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, רבי משולם זושא פון האניפאלי, און נאך. טראץ וואס ער האט זייער געשעצט דעם שפאלער זיידן, האט ער געשטיצט רבי נחמן פון ברסלב אין זייער מחלוקת[3].

אין זיטאמיר האט ער געדינט אלס מגיד מישרים, און דערנאך האט ער אויך געעפנט א חסידישער בית מדרש[4].

אין זיינע לעצטע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צו איוועניץ נעבן זיטאמיר[5]. ער איז דארט אוועק, און דארט האט מען אים אויך באהאלטן. ווען ער איז אוועק זענען נאך געווען אין שטוב דריי פיצלעך יתומים, זיינע קינדער פון זיין צווייטן זיווג.

ספר אור המאיר

דורכאויס די יארן האט זיין תלמיד, רבי אליעזר פון זיטאמיר, אפגעשריבן זיינע דברי תורה, און די כתבים זענען פארשפרייט געווארן צווישן אנדערע תלמידים[6]. אין יאר תקנ"ח, נאך די פטירה פון רבי זאב וואלף, האט רבי אליעזר געדרוקט פון די כתבים דעם ספר "אור המאיר", וואס איז פון דאן געווארן פאררעכנט אלס א וויכטיגער ספר אין חסידות. דער ספר האט באקומען די הסכמות פון רבי יהודה לייב אב"ד שידלאוו, רבי יוסף אב"ד קאסנטין, רבי מרדכי פון קאריץ א זון פון רבי פנחס קאריצער, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי צבי פון אוסטראה, רבי מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאביל, רבי ישראל פון פיקאוו (א זון פון רבי לוי יצחק בארדיטשובער).

אין זיינע דרשות וועלכע זענען געדרוקט אין ספר האט ער אויפגעפאדערט זיך צו אויפפירן מיט פשטות, און פארדאמט דאס נאכלויפן מותרות. ער האט זייער אוועקגעמאכט די וועלט און אירע פארמעגס, הנאות און פארשידנס, און ער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון צו קריטיקירן אויך די פירערשאפט פון אדמורי"ם אין זיין דור[7]. ער דרוקט אויס קעגנערשאפט צו סיגופים און שליסט אויס אלערליי דרויסנדע פעולות אין עבודת ה', ווי תנועות ביים דאווענען אדער צופיל פארלענגערן דאס דאווענען. אין דעם ספר ווערט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט אלע צענטראלע שאלות מיט וועלכע דער עולם החסידות איז דאן געווען פארנומען[8].

דורכאויס דעם ספר ווערן דערמאנט אסאך פון די גדולים פון יענע יארן, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב[9], דער מוכיח פון פולנאה[10], רבי נחמן פון קאסוב[11], רבי יחיאל מיכל פון האראדנא[12], און אזוי אויך די ספרים פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה[9].

פאמיליע

פון זיין ערשטע פרוי עטיא אסתר האט ער געהאט:

פון זיין צווייטע פרוי טויבא האט ער געהאט:

  • רבי דוד
  • רבי יחיאל מיכל[ג]
  • רבי פנחס פון קאלק[ד], איידעם פון רבי צבי אריה פון אליק
    • זיין זון רבי זאב אב"ד קאלק
      • זיין זון רבי ישראל יוסף פון בארדיטשוב
      • זיין זון רבי מרדכי אב"ד ליפאוויטש, איידעם פון רבי אלטר יוסף פון ליפאוויטש (אן אייניקל פון רבי גדליה פון ליניץ, בעל "תשואות חן"), איידעם פון רבי אריה לייב פון בענדער
    • זיין איידעם רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא
    • זיין איידעם רבי יחיאל מיכל פון סקאליט
    • זיין איידעם רבי אהרן פון לעכאוויטש

תלמידים

צו ליינען מער

  • מבוא און תולדות המחבר, אור המאיר, מכון אבן ישראל, ה'תשנ"ה

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. אין זיין ספר (פרשת צו) שילדערט ער וויאזוי עס האט זיך אפגעשפילט די תורה זאגן ביים מגיד.
  2. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיינע רבי'ס: רבי ישראל דער בעש"ט, און רבי דוב בער פון מעזריטש[13].
  3. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי, רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב[13].
  4. זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי רבי פנחס קאריצער[13].

רעפערענצן

  1. לויט טייל איז ער אוועק ה'תקנ"ח, אדער אום י"ד אדר ה'תק"ס (אנציקלופדיה העברית, באנד 16, זייט 569); אבער אין יאר ה'תקנ"ח שטייט שוין אויף אים זצ"ל אין די הסכמות צו זיין ספר. זעט: גליון דברי תורה ליזענסק, במדבר תשע"ט זייט 7; אריינפיר צו ספר "אור המאיר", ה'תשנ"ה
  2. אמרי פנחס השלם, עמוד ר' אות מ"ה; דארט, עמוד רל"ב אות ט'
  3. ספר ליקוטים יקרים, אין כתבי קודש רמ"מ
  4. דערמאנט דורך רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב אין זיין הסכמה צום ספר
  5. כתבי ר"י שו"ב, אות תתע"ח
  6. ווי רבי מרדכי פון קאריץ שרייבט אין זיין הסכמה: ”רבים שתו דבריו בצמא, ויפוצו מעינותיו חוצה בעודו בחיים חיותו”
  7. זעט דער ארטיקל איבער אים אין אנציקלופדיה העברית, באנד ט"ז, זייט 69.
  8. סילאבוס פאַר די קורס אויף "עיונים אין ספר אור המאיר", ד"ר יורם יאקאבסאהן
  9. 9.0 9.1 אין פרשת צו
  10. אין פרשת מקץ; פרשת כי תצא
  11. אין פרשת בחוקותי
  12. אויף שבועות
  13. 13.0 13.1 13.2 אריינפיר צו "אור המאיר", הוצאת אבן ישראל, תשנ"ה
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי