|
|
| שורה 29: |
שורה 29: |
| | | |
| במשך יארן לאנג איז ער געווען דער משפיע רוחני און שיינער איד אין דער קהילה, און ארויס געהאלפן יעדן יחיד ויחיד אין דער קהילה. במשך די אלע יארן איז הרב יחזקאל ראטער געווען זיין נענסטער מענטש, און איהם ארויס געהאלפן מיט אלע עסקנות. | | במשך יארן לאנג איז ער געווען דער משפיע רוחני און שיינער איד אין דער קהילה, און ארויס געהאלפן יעדן יחיד ויחיד אין דער קהילה. במשך די אלע יארן איז הרב יחזקאל ראטער געווען זיין נענסטער מענטש, און איהם ארויס געהאלפן מיט אלע עסקנות. |
|
| |
| אום שבת שקלים תשע"ז האט אויסגעבראכן א מחלוקת צווישן הרב מייזליש און הרב ראטער, ווי רוב קהילה מיטגלידער האבן זיך צוגשטעלט צו הרב מייזליש. במשך די צייט האט זיך דער סאטמארער רבי, [[אהרן טייטלבוים|רבי אהרן]], אריינגעמישט אין דעם מחלוקת און זיך אנגענומען פאר הרב ראטער. א מהלך וואס האט נישט צופיל געטוישט די דעה פונעם ציבור אין די מחלוקת.
| |
|
| |
| נאך א פאר יאר פון ביטערע אויסטוישן צווישן די צוויי צדדים, האט דער סאטמארער רבי, [[אהרן טייטלבוים|רבי אהרן]], געהאלטן א ספעציעלע שארפע דרשה קעגן הרב מייזליש, און צווישן אנדערע האט ער געזאגט "אין אני והוא יכולין לדור במדור אחד", און האט פארלאנגט זיך צו אויסוועלן "הלנו אתם או לצרינו?", און האט מיט דעם פארבאטן א יעדן מינדעסטן קשר מיט אים; אבער מיט דעם אלעם זענען נאך יענע נאכט אריבער געקומען פילע צענדליגע אידן און זיך געקוויטלט ביי הרב מייזליש כדי אים מחזק צו זיין און שטיצן.
| |
|
| |
| הרב ראטער מיט זיינע מענטשן האבן זיך געעפנט אן אייגענעם בית מדרש וואס געפינט זיך אויפ'ן העכסטן שטאק פון די סאטמארע בנין התלמוד תורה.
| |
|
| |
| אין לויף פון די יארן האט די סאטמארער קהילה אין בני ברק אהערגעשטעלט זעקס קהל'ישע בנינים צו סערווירן די קהילה מיטגלידער. 1) דער צענטראלער בית מדרש ויואל משה ד'סאטמאר. 2) ביהמ"ד זכרון מאיר אויף רחוב הרב האלפערן. 3) ביהמ"ד סאטמאר אויף רחוב רמב"ם. 4) בנין התלמוד תורה. 5) בנין הבית רחל. 6) די נייער פראכטפולע שולע געביידע אויף רחוב השל"ה וואס האלט שוין ביי די לעצטע פאזעס.
| |
|
| |
| ביי די מחלוקת האט זיך אויסגעשטעלט אז פינף פון די זעקס בנינים זענען אריינגעפאלן ביי הרב ראטער און בלויז דער צענטראלער בית מדרש ויואל משה איז אריינגעפאלן צו הרב מייזליש. אלע פראוון פון הרב מייזליש צו געווינען בעלות אויף די בנינים, סיי לעגאלע און סיי בכח הזרוע זענען טאטאל דורכגעפאלן.
| |
|
| |
| הרב מייזליש'ס מענטשן טענה'ן אבער אז די אנדערע בנינים האבן נישט קיין פאליטישע ווערט און משמעות, און אז דער מערסט ווערטפולער בנין איז דער צענטראלער בנין הבית מדרש וואס דאס ליגט יא ביי זיי אין די הענט.
| |
|
| |
|
| == קינדער == | | == קינדער == |