אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:היקעמע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:38, 22 נאוועמבער 2022

היקעמע
די געווענליכע סארט היקעמע

היקעמע (ענגליש: "jicama", וויסנשאפטליכער נאמען: "Pachyrhizus erosus", וועהרט אויך גערופן: מעקסיקן יעם) איז דער נאמען פון א מעקסיקאנער ווארצל גרינצייג.

עס איז ברוין פון אינדרויסן און ווייס פון אינווייניג און זעהט אויס ענליך צו א קארטאפל, אבער עס האט גאר אן אנדערן טעם. וועלכער איז א זיסער עפל'דיגער טעם און איז כראמטשעדיג. מען קען עס עסן רוי און איז זייער גוט אין סאלאטן. אויך איז עס פאסיג צום פרעהגלען און צו לייגן אין זופן.

עס איז נישט גוט עס צו אוועקלייגן אין פרידזשידער ווייל עס וועהרט שנעלער קאליע. נאר אויב מען האט עס שוין אויפגעשניטן זאל מען עס לייגן אין א זעקל אין א קאלטע פלאץ.

די אינטרעסאנטע זאך פון דעם גרינצייג איז אז אפילו נאכן קאכן א לעהנגערע צייט ווערט עס נישט ווייעך נאר בלייבט מיט איהר כראמטשעדיגקייט.

אלע אנדערע חלקים פון דעם פלאנץ קען מען נישט נוצן צוליב וואס סע איז פארסמט.

נוטריענטן

  • ווייטעמין סי
  • בי-12

וועב לינקען