אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישכר בעריש אייכנשטיין (דאלינע)"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי ישכר בעריש אייכנשטיין (דאלינע) צו רוי:רבי ישכר בעריש אייכנשטיין (דאלינע) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (רבי פייפלינקס) |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
==אפשטאם== | ==אפשטאם== | ||
'''רבי ישכר בעריש''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תקצ"ה]] <small>(אומגעפער)</small>, דער דריטער זון צו זיין פאטער, '''[[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין]]''' רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער '''מהרי"א''', א זון פון [[רבי ישכר בעריש אייכנשטיין]] רב אין [[זידיטשוב]], דער פערטער זון פון [[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין (א)|יצחק אייזיק אייכנשטיין]] פון [[סאפרין]]. | '''רבי ישכר בעריש''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תקצ"ה]] <small>(אומגעפער)</small>, דער דריטער זון צו זיין פאטער, '''[[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין]]''' רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער '''מהרי"א''', א זון פון [[רבי ישכר בעריש אייכנשטיין]] רב אין [[זידיטשוב]], דער פערטער זון פון [[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין (א)|רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין]] פון [[סאפרין]]. | ||
==רבנות== | ==רבנות== |
רעוויזיע פון 14:30, 5 מאי 2023
רבי ישכר בעריש אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקצ"ה - כ"ט שבט ה'תרמ"ו), רבי אין דאלינע, באוואוסט אלס "רבי בעריש דאלינער".
אפשטאם
רבי ישכר בעריש איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ה (אומגעפער), דער דריטער זון צו זיין פאטער, רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.
רבנות
אין יאר ה'תרט"ז איז רבי ישכר בעריש שוין געווען דיין אין זידיטשוב. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרל"ג איז ער געווארן רב און רבי אין דאלינע
רבי ישכר בעריש איז געווען זייער באליבט ביי די צדיקים פון זיין צייט, און ער האט געהאט א גרויס געפארכטס. ביים צוזאמנקומפט פון דער גרינדונג פון מחזיקי הדת אין לעמבערג איז רבי ישכר בעריש געזעסן אויבן-אן צוזאמען מיט די רביס פון בעלזא, וויזשניץ, און שינאווא.
זיינע תורות זענען אינעם ספר ליקוטי תורה מהר"י.
הסתלקות
רבי ישכר בעריש איז געפארן אויף א שבת קיין ווערעצקי, אונגארן, פרייטאג צו נאכטס האט מען אים איינגעזעצט מיט אן אויסרייד אז זיינע פאפירן זענען נישט אין ארדענונג, זיינע חסידים האבן ערלעדיגט און אים באפרייט, אבער ער האט זיך שטארק איבערגענומען דערפון, און איז באלד נאכדעם נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תרמ"ו.
פאמיליע
רבי ישכר בעריש האט געהייראט א טאכטער פון רבי אברהם פון סטרעטין. זייערע קינדער:
- די ווייב פון רבי פנחס רוקח, פון קארוב.
- מרת מרים, ווייב פון רבי יצחק יעקב דוד האגער (ה'תרכ"ו (אומגעפער) - י"ג אדר ה'תרצ"ב), פון סטראזשניץ, א זון פון רבי ברוך האגער, דער צווייטער וויזשניצער רבי, באקאנט אלס דער אמרי ברוך.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר