אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נחל החרדי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
ק (רבי פייפלינקס)
שורה 9: שורה 9:
עס זענען דא צווישן די פרומע אזעלכע וואס זענען שטארק דערגעגן צוליב פארשידענע סיבות, און זיי זענען ארויס מיט א מלחמת חרמה קעגן דעם, טענה'נדיג אז די וואס שליסן זיך אן ווערן דארט קאליע.  
עס זענען דא צווישן די פרומע אזעלכע וואס זענען שטארק דערגעגן צוליב פארשידענע סיבות, און זיי זענען ארויס מיט א מלחמת חרמה קעגן דעם, טענה'נדיג אז די וואס שליסן זיך אן ווערן דארט קאליע.  


עס זענען דא וואס זאגען אז שטילערהייט ווערט עס געשטיצט דורך [[רבי אהרן יודא לייב שטיינמאן|אהרן לייב שטיינמאן]]. ער האט געהאט אויף דעם אויסצושטיין רדיפות פון די [[קנאות|קנאים]]. ער אליין לייקענט עס אפ און ער האט געשריבן בריוון וועגן דעם.
עס זענען דא וואס זאגען אז שטילערהייט ווערט עס געשטיצט דורך [[רבי אהרן יודא לייב שטיינמאן|רבי אהרן לייב שטיינמאן]]. ער האט געהאט אויף דעם אויסצושטיין רדיפות פון די [[קנאות|קנאים]]. ער אליין לייקענט עס אפ און ער האט געשריבן בריוון וועגן דעם.


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדע לינקס==

רעוויזיע פון 14:12, 5 מאי 2023

נח"ל חרדי אדער גדוד נצח יהודה איז איינע פון די כפיר בריגאדע באטאליאנען פון צה"ל, וואס איז געאייגנט פאר פרומע אידן. אינאיינעם מיט די מיליטערישע בילדונג, לערנט מען תורה אפאר שעה אין טאג, און עס ווערט אויך צוגעשטעלט אלע באדערפענישן וואס פארלאנגן זיך פאר חרדישע אידן.

דער באטאליאן איז ספעציעל געגרינדעט געווארן צו אדרעסירן דעם וואקסנדן פראבלעם פון געוויסע בחורים וואס פילן נישט ביכולת צו בלייבן ביים לערנען דאס גאנצע לעבן אבער קענען נישט ארויסגיין ארבעטן צוליב זייערע מיליטער'ישע התחייבות'ן. דאס האט צוגעפירט, אחוץ דעם וואס פאר פילע בחורים און יונגעלייט האט געפעלט טאג-טעגליכע סיפוק, זענען געווען פיל וואס האבן זיך געדרייט ליידיג אין די ישיבות און אין די גאסן און אפילו קאליע געמאכט אנדערע.

מיט דעם באטאליאן איז ערמעגליכט געווארן אז די אלע זאלן קענען גיין ארבייטן און זיין גוטע בעלי בתים אזוי ווי עס איז מצוי ביי אמעריקאנער חרדים, וואס די מערסטע פון זיי ארבעטן פאר פרנסה.

עס זענען דא צווישן די פרומע אזעלכע וואס זענען שטארק דערגעגן צוליב פארשידענע סיבות, און זיי זענען ארויס מיט א מלחמת חרמה קעגן דעם, טענה'נדיג אז די וואס שליסן זיך אן ווערן דארט קאליע.

עס זענען דא וואס זאגען אז שטילערהייט ווערט עס געשטיצט דורך רבי אהרן לייב שטיינמאן. ער האט געהאט אויף דעם אויסצושטיין רדיפות פון די קנאים. ער אליין לייקענט עס אפ און ער האט געשריבן בריוון וועגן דעם.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!