אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמואל שמעלקא רובין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי שמואל שמעלקא רובין צו רוי:רבי שמואל שמעלקא רובין אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1))
שורה 47: שורה 47:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]

רעוויזיע פון 12:27, 24 אפריל 2023

רבי שמואל שמעלקא רובין זצ"ל (ה'ת"ר - ח' אדר ה'תרס"א), פון סערעט.

אפשטאם

רבי שמעלקא איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יצחק רובין, פון בראד, באקאנט אלס רבי איציקל בראדער, א זון פון הרב אלימלך רובין, רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת איידיל א טאכטער פון הרב שלום רוקח דער שר שלום פון בעלזא.

רבנות

רבי שמעלקא איז אויף געצויגן געווארן ביי זיין זיידן אין בעלזא, נאך זיין חתונה איז ער געפארן קיין סערעט און אנגעפירט דארט מיט זיין רביסטעווע פון תרלֹ"ה ביז זיין פטירה אין תרס"א.

הסתלקות

רבי שמעלקא איז נפטר געווארן ח' אדר ה'תרס"א.

פאמיליע

רבי שמעלקא האט געהייראט א טאכטער פון הרב יוסף אלטער האגער רבי אין ראדאוויץ, א זון פון הרב חיים האגער, פון קאסאוו. זייערע קינדער [1] :

  • הרב פנחס מנחם מענדל רובין הי"ד, ממלא מקום פון פאטער, רבי פון סערעט.
ר' מענדל האט געהייראט מרת ביילא, א טאכטער פון הרב פנחס הלוי איש הורוויץ, דער רב אין וואליע-מיכעוו אין גאליציא. זייערע קינדער זענען:
  • מרת יוכבד די ווייב פון הרב חיים דאכנער ראש בית דין אין סערעט.
  • מרת מלכה באבצע די ווייב פון הרב משה אייכנשטיין פון קאלאמייע.
  • מרת ביילא די ווייב פון הרב אליעזר בראנדוויין, פון בארשטין.
  • מרת לאה די ווייב פון הרב אלטער ישכר בער סאפרין, פון אלטשטאט.
  • מרת שיינא רחל די ווייב פון הרב חיים מארילעס.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. רעכנט אויס נאך א קינד, אשת ר' נפתלי ה"ש, אבער ער איז זיך סותר צוויי מאל, ביי ר' נפתלי ה"ש שרייבט ער חתן ר' משה הגר (א שוואגער פון ר' שמעלקא), אין ביי ר' משה הגר שרייבט ער אויך חתנו ר נפתלי ה"ש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!