אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:TfL באן"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט TfL באן צו רוי:TfL באן אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (16)) |
||
שורה 221: | שורה 221: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|16]] |
רעוויזיע פון 11:46, 24 אפריל 2023
TfL באן איז די צייטווייליגע קאנצעסיע פון צוויי באזונדערע אייזנבאן ליניעס אין און ארום לאנדאן וואס וועלן ווערן א טייל פון דער קרייצבאן באדינונג וואס וועט אנהייבן עפענען ביסלעכווייז פון דעצעמבער 2018 ביז דעצעמבער 2019. אין דעצעמבער 2018 וועט מען אויפהערן צו ניצן דעם TfL באן נאמען און די נייע באדינונגען וועט מען רופן די עליזאבעט ליניע.[1][2][3]
מען האט אריינגעפירט TfL באן אין מאי 2015 ווען זי האט איבערגענומען פון Abellio Greater Anglia אפערירן די "מעטרא" באדינונג צווישן ליווערפול סטריט אין צענטראל-לאנדאן און שענפילד אין עסעקס. יענער צווייג באשטייט פון די ערשטע 14 סטאנציעס אויף דער גרויס־איסטערן הויפט־ליניע.
אום 20סטן מאי 2018 האט TfL באן אויך איבערגענומען אפערירן די היטרוי קאנעקט באדינונג צווישן פאדינגטאן אין צענטראל־לאנדאן און היטרוי פליפעלד צו מערב (מיט דער סוף־סטאנציע היטרוי טערמינאל 4 סטאנציע). די רוטע האט ניין סטאנציעס.
צווישן מאי 2016 און מאי 2017, האט TfL באן געפירט מער ווי 47 מיליאן פאסאזשירן אויפן שענפילד צווייג.[4]
היסטאריע
רוטע
דער מזרחדיגער (שענפילד) צווייג פון TfL באן גייט איבער די עקזיסטירנדע 32.5 ק"מ פון שינעס אויף דער גרויס־איסטערן הויפט־ליניע צווישן ליווערפול סטריט און שענפילד.די צוקונפטדיגע קרייצבאן רוטע וועט ווייטער ניצן די זעלבע שינעס (אחוץ דעם טייל צווישן ליווערפול סטריט און סטראטפארד), וואו באנען וועלן ניצן די נייע אונטערעדישע טונעלן צו פארבינדן מיט דעם צענטראלן אפטייל פון דער רוטע.
סטאנציעס באדינעט אדער פארוואלטעט דורך TfL באן:[5]
סטאנציע | זאנע | לאקאלער אויטאריטעט | איבערבייט | פארוואלטעט דורך | באדינט דורך TfL באן |
---|---|---|---|---|---|
אילפארד | 4 | רעדברידזש | TfL באן | יא | |
אייווער | - | דרום באקס | TfL באן | ניין | |
אקטאן הויפט ליניע | 3 | אילינג | TfL באן | יא | |
בערנהאם | - | סלא | TfL באן | ניין | |
ברענטוואוד | 9 | ברענטוואוד | TfL באן | יא | |
גידעא פארק | 6 | העווערינג | TfL באן | יא | |
גודמייז | 4 | רעדברידזש | TfL באן | יא | |
האנוועל | 4 | אילינג | TfL באן | יא | |
האראלד וואוד | 6 | העווערינג | TfL באן | יא | |
הייז און הארלינגטאן | 5 | הילינגדאן | TfL באן | יא | |
היטרוי צענטראל (פאר T2&3) |
6 | הילינגדאן | HX | היטרוי עקספרעס | יא |
היטרוי טערמינאל 4 | 6 | הילינגדאן | היטרוי עקספרעס | יא | |
טאפלא | - | דרום באַקס | TfL באן | ניין | |
טשאדוועל היט | 5 | רעדברידזש | TfL באן | יא | |
ליווערפול סטריט | 1 | סיטי פון לאנדאן | נעצווערק באן | יא | |
לענגלי | - | סלא | TfL באן | ניין | |
מאנאר פארק | 3/4 | ניוהם | TfL באן | יא | |
מערב אילינג | 3 | אילינג | TfL באן | יא | |
מערילאנד | 3 | ניוהאם | TfL באן | יא | |
סעוון קינגס | 4 | רעדברידזש | TfL באן | יא | |
סאדאל | 4 | אילינג | TfL באן | יא | |
סטראטפארד | 2/3 | ניוהאם | TfL באן | יא | |
עבי וואוד | 4 | קעניגליכע גריניטש | TfL באן | ניין | |
פאדינגטאן | 1 | סיטי פון וועסטמינסטער | HX | נעצווערק באן | יא |
פארעסט גייט | 3 | ניוהאם | TfL באן | יא | |
ראמפארד | 6 | העווערינג | TfL באן | יא | |
שענפילד | C | ברענטוואוד | גרויס־אנגליא | יא |
רעפערענצן
- ↑ MTR Crossrail - Crossrail Rolling Stock.
- ↑ Smith, Howard. Crossrail – Moving to the Operating Railway Rail and Underground Panel 12 February 2015. Transport for London. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 13 February 2015. דערגרייכט דעם 13 February 2015.
- ↑ Jobson, Robert (23 February 2016). "Crossrail named the Elizabeth line: Royal title unveiled as the Queen visits Bond Street station", Evening Standard. דערגרייכט דעם 23סטן פעברואר 2016.
- ↑ TfL באן. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2017.
- ↑ [1](הקישור אינו פעיל)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!