אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה צדקה"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:יהודה צדקה) |
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==") |
||
שורה 44: | שורה 44: | ||
*[[הגדה של פסח]] - קול יהודה מיט מבוא (מהדורת חדד) | *[[הגדה של פסח]] - קול יהודה מיט מבוא (מהדורת חדד) | ||
== | ==דרויסנדע לינקס== | ||
*[https://www.hyomi.org.il/mobile/view.asp?id=113 חכם יהודה צדקה החכם היומי] | *[https://www.hyomi.org.il/mobile/view.asp?id=113 חכם יהודה צדקה החכם היומי] | ||
{{-}} | {{-}} |
רעוויזיע פון 15:09, 21 אפריל 2023
געבורט | ג' שבט תר"ע |
---|---|
טויט | י"ב חשוון תשנ"ב (אלט: 81) |
טעטיקייט ארט | ירושלים מדינת ישראל |
באלאנג | חרדים ספרדים |
אמטן | ראש ישיבה פון פורת יוסף |
זיינע רביס | הרב יעקב חיים סופר, הרב שלמה עבו מערבי מייסד פון אוצרות התורה ללימוד התלמוד, הרב עזרא עטייה |
חיבורים | קול יהודה |
הרב יהודה יהושע חיים צַדְקָה (געבוירן ג' שבט תר"ע - י"ב חשוון תשנ"ב; 13טן יאנואר 1910 - 20סטן אקטאבער 1991) איז געווען דער ראש ישיבה פון פורת יוסף, א פראמינענטער ספרדישער רב, און איינער פון די גרינדער פון דער מעיין החינוך התורני נעצווערק.
ביאגראפיע
הרב צדקה איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב שאול צדקה (ברודער פון הרב צדקה חוצין) און זיין ווייב שמחה, א טאכטער פון פרחה, שוועסטער פון הרב יוסף חיים, דער "בן איש חי". מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידן - הרב יהודה סאמעך פון באגדאד. זיין מוטער האט אים צוגעגעבן דעם נאמען יהושע נאך א חלום, און ווען ער איז געווארן קראנק האט מען אים צוגעגעבן דעם נאמען חיים. ער האט געלערנט אין דער בני ציון חדר און אין דער פורת יוסף ישיבה. אין יאר תרצ"ד (1934) האט ער געהייראט פהימא באטאט. אין יאר תרצ"ז (1937) האט הרב עזרא עטייה אים באשטימט צו זאגן שיעורים אין פורת יוסף, אלס ממלא מקום פון הרב אליהו לאפעס וואס איז נפטר געווארן יענע יאר.[1] אין יאר תש"ל (1970) האט מען אים באשטימט ראש ישיבה.
זיין משפּחה
ער האט חתונה געהאט אין א ערשטע חתונה מיט רביצין פאהימא (באטאט). זייערע קינדער:
- רבי משה צדקה - זיין נאכפאלגער אלס ראש ישיבה פורת יוסף גאולה.
- הרב דוד צדקה - הויפט רב דפרדס חנה-כרכור.
- רבי אליהו צדקה - ראש כולל די תורה מבקשים אין רמת גן.
- רבי שאול צדקה - ריש מתיבתא.
- רבי שלמה צדקה א בן זקונים - ריש מתיבתא אין רמות.
- רביצין סימא (שמחה) שכנזי, ווייב הרב יעקב שכנזי מבית ישראל, מו"ץ אין דער ספרדישער חרדישער קהילה און מחבר טהרת יעקב.
- די ווייב רבי אבנר מארציאנו - ראש כולל אין ירושלים.
הרב יהודה צדקה ער האָט חתונה געהאַט א זיווג שני מיט רביצין תמר (טאכטער רבי מיימון אסודרי מישיבת פורת יוסף העתיקה).
זיינע חשובים תלמידים
- זיין נעפע, הרב מרדכי אליהו, דער ראשון לציון
- הרב בן ציון אבא שאול - וואס איז געווען ראש ישיבה מיט אים
- הרב עובדיה יוסף, ראשון לציון און מנהיג דער ש"ס פארטיי
- הרב יהודה מועלם
- הרב ראובן שהרבני, א ראש ישיבה יקירי ירושלים
- הרב אברהם עטייה ב"ר ישועה עטייה השקדן, ראב"ד אשדוד
- הרב אברהם שאלתיאל דומ"צ בד"צ עדה החרדית הספרדית
זיינע ספרים
- קול יהודה דרושים אויף די פרשיות פון דער וואך, חידושים אויף הש"ס און מאמרים
- הגדה של פסח - קול יהודה מיט מבוא (מהדורת חדד)
דרויסנדע לינקס
- נר יהודה - ספר פון רב יעקב חיים סופר מירושלים (איניקל פון שוועסטר), קונטרס "יהודה יעלה", נר יהודה, תשנ"ב, אוצר החכמה וועבזייטל.
רעפערענצן
- ↑ גליון תור הזהב, הדרך, ו בחשוון תשע"ח, ראיון עם בנו הרב דוד צדקה
פריערדיגער: הרב עזרא עטייה |
ראש ישיבה פון פורת יוסף צוזאמען מיט הרב בן ציון אבא שאול תש"ל - תשנ"ב "קול יהודה" |
נאָכפאלגער: הרבנים משה צדקה און שלום כהן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!