אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה טייטלבוים (ישמח משה)"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי משה טייטלבוים (ישמח משה) צו רוי:רבי משה טייטלבוים (ישמח משה) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:משה טייטלבוים (ישמח משה)) |
||
שורה 53: | שורה 53: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:משה טייטלבוים (ישמח משה)]] |
רעוויזיע פון 19:56, 20 אפריל 2023
רבי משה טייטלבוים (ה'תקי"ט - כ"ח תמוז ה'תר"א), רב אין איהעל, באקאנט אלס "דער ישמח משה".
אפשטאם
רבי משה איז געבוירן אין פרעמישלא (פשעמישל), גאליציע, אין יאר ה'תקי"ט, צו זיין פאטער הרב צבי הירש שיף, און צו זיין מוטער חנה.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חיה שרה ע"ה די טאכטער פון הנגיד ר' ניסן פון פרעמישלא. ער איז נתקרב געווארן צו חסידות דורך זיין איידעם, ווערנדיג א תלמיד מובהק פונעם הייליגן חוזה פון לובלין. עס איז באקאנט אז איידער דער ישמח משה האט גענצליך מחליט געווען אנצונעמען דעם דרך החסידות האט ביי אים געעגבערט א הארבע קשיא אויף די חסידים: היתכן חסידים זענען שטענדיג פרייליך, דער מחבר פסקנ'ט דאך "ראוי לכל ירא שמים להיות מיצר ודואג על חורבן בית המקדש". האט ער געקלערט ער וועט פרעגן דעם חוזה די קשיא און אויב ער וועט אים ענטפערן א תשובה הוגנת וועט ער אננעמען חסידות. אריינקומענדיג צום חוזה, זאגט אים דער הייליגער חוזה "חסידים זענען אבלם בלבם וצהלתם בפניהם" ער האט תיכף תופס געווען זיין מחשבה און בטוב טעם פארשטיין געגעבן פאר'ן ישמח משה וואס אים האט געארט.
דער ישמח משה איז געווען פון די ערשטע חסידישע רבי'ס אויפן אונגארישן באדן איינפלאצנדיג די ערשטע קערנדליך פון חסידות פאר די קומענדיגע הונדערט יאר אין אונגארן ווען ער איז אויפגענומען פאר רב אין איהעל, אונגארן אין יאר תקע"ח. צו דער זעלבער צייט איז דער ישמח משה געווען א תל תלפיות שכל פיות אליו פונים צו וועם מ'האט זיך געוואנדן פון נאנט און ווייט מיט שאלות בהלכה ווי מען זעהט אין זיין חיבור "שו"ת השיב משה", ווי אויך מיט פארשידענע פראבלעמען זייענדיג באקאנט אלס א גרויסער פועל ישועות מיט זיינע הייליגע קמיעות.
פון צווישן די וואס האבן זיך מזכיר געווען ביים ישמח משה איז באקאנט דאס אז דער גרויסער חתם סופר, ווען זיין זון שמואל בנימין, דער שפעטערדיגער כתב סופר, איז אלס יונג קינד שטערבליך קראנק געווען, האט ער געשיקט מזכיר זיין צום ישמח משה ז"ל און נאכ'ן מוסיף זיין א נעמען אברהם על שמו איז ער וואונדערליך אויסגעהיילט געווארן, א זאך וואס האט בשעתו געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג.
אויך דער באוואוסטער אונגארישער פרייהייט קעמפער לאיאש קאשוט איז אויסגעהיילט געווארן פונעם ישמח משה'ס א ברכה, און איז דערפאר געווען א גרויסער אוהב ישראל.
רבנות
רבי משה האט געלערנט ביי זיין פעטער הרב אברהם אריה לייב, סטריזשעווער רב, מחבר פונעם ספר "דרישות הארי". ער איז געווארן רב אין שינאווא נאכן רבין רבי שמעלקא פון ניקאלשבורג.[1] דורכן איינפלוס פון זיין איידעם דער אריה דבי עילאי איז ער דערנענטערט געווארן צו ווערן א תלמיד פון דעם חוזה פון לובלין.
אין יאר ה'תקע"ח איז רבי משה אויפגענומען געווארן אלס רב אין איהעל.
הסתלקות
רבי משה איז נפטר געווארן כ"ח תמוז ה'תר"א, און ליגט אין איהעל וואו מען האט געבויט אן אוהל אויף זיין קבר.
אויף דער לינקער זייט ליגט זיין רביצין חיה שרה ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן ער"ח ניסן ה'ת"ר.
פאמיליע
רבי משה האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב ניסן, רב אין פרעמישלא. זייערע קינדער:
- הרב אלעזר ניסן טייטלבוים (ה'תקמ"ו - ט' תשרי ה'תרט"ו) רב אין דראהביטש.
- מרת חנה, די ווייב פון הרב אריה לייביש ליפשיץ, (ה'תקכ"ז - י"ז טבת ה'תר"ו), רב אין ווישניצא, דער אריה דבי עילאי.
זיינע ספרים
- ישמח משה - תנ"ך
- השיב משה - שו"ת
- תפלה למשה - תהלים
- מעין טהור - יו"ד
אויך האט דער ישמח משה פארפאסט א תפלה צו זאגן ארויפגייענדיג אויפ'ן ציון פון א רבי באקאנט אלס "שלום עליך", און סגולות לפרנסה ולשמירה וועלכע זענען מקובל בכל תפוצות ישראל.
רעפערענצן
- ↑ דער רבי ר' שמעלקא האט איבערגעלאזט שינאווא אין תקל"ג.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!