אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:האלענדישע אנטילן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(וויקילינק)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:35, 22 נאוועמבער 2022

מאפע פון די האלענדישע אנטילן

די האלענדישע אַנטילן (האלענדיש: Nederlandse Antillen) איז א געוועזן לאנד אינעם האלענדישן קעניגרייך. אריגינעל האט דאס לאנד באשטאנען פון א גרופע פון זעקס אינזלען אינעם קאראיבישן ים. טייל פון די אינזלען האט קריסטאפער קאלאמבוס אנטפלעקט אין 1493.


די אינזלען ארובא, באנער און קוראסאא געהערן צו די אונטערן-ווינט אינזלען, וואס זענען נאענט צו ווענעזועלע. די אינזלען סינט מארטן, סינט אויסטאטיוס און סאבא געהערן צו די איבערן-ווינט אינזלען, און זענען נאענט צו פארטא ריקא און די ווירדזשין אינזלען.

ארובא האט פארלאזט די האלענדישע אנטילן אין 1986. זייט ווען קוראסאא און סינט מארטן האבן פארלאזט די האלענדישע אנטילן דעם 10טן אקטאבער 2010, עקזיסטירט מער נישט דאס לאנד. די איבעריגע אינזלען געהערן היינט צו האלאנד.