אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יצחק לייבוש פרץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן")
ק (הוספת קישור בינוויקי he:י"ל פרץ)
שורה 30: שורה 30:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:י"ל פרץ]]

רעוויזיע פון 15:21, 20 אפריל 2023

יצחק לייבוש פרץ

יצחק־לייבוש פּרץ אָדער י. ל. פּרץ (18טן מיי 1852 - דריטן מיי 1915) איז א דערציילער, מחבר, און שרייבער אין דער אידישער שפּראַך. ער איז געבאָרן געוואָרן אין דעם שטעטל זאַמאָשטש, און איז געשטאָרבען אין וואַרשע, ביידע אין פוילן.

צווישן זיינע באַקאַנסטע דערציילונגען זענען "אויב נישט נאָך העכער" און "דער אוצר", וועגן חסידים אין שטעטלעך אין פוילן פאַר דער צווייטער וועלט מלחמה, און זיין דיכטונג "מאָניש", איינע פון זיינע ערשטע אויס אינעם יאָר 1888 אין שלום־עליכמס "פאָלקסביבליִאָטעק".

ער האָט באַקומען טראַדיציאָנעלע חינוך פון חדר און ישיבה, אָבער ער אַנטדעקט די "בילדונג" און די וויסנשאַפט ווען ער האָט געליינט און זיך געלערנט אין אויטאדידקטישן מעטאָד.

ער האָט זיך געלערנט עטליכע שפראכן.

צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב שרה, אבער אין 1876 האט ער זי געגט. דערנאך האט ער שטודירט געזעץ און געווארן אן אדוואקאט אין זאמאשטש. אין 1878 האט ער חתונה געהאט א זיווג שני מיט נחמה (העלענע) רינגלבלום.

אין 1908, איז ער געווען פון די גרעסטע פערזענליכקייטן, וואס האבן זיך באטייליגט ביי די טשערנאוויצער קאנפערענץ.

פרץ האט געהאלפן אנדערע יידיש־שפראך שרייבער צו פארעפנטליכן זייער ווערק, ווי למשל דער נסתר און ל. שפירא.

וועבלינקען

רעקאָרדירונגען פון ווערק פון י.ל. פּרץ

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!