אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ציוויליזאציע"
צייכן: באקוקט |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:ציוויליזציה) |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:ציוויליזציה]] |
רעוויזיע פון 14:34, 20 אפריל 2023
ציוויליזאציע (ענגליש: civilization) איז א ציווילער הייפעלע פון מענטשן אין איין לאנד מיט זייערע ווערטשאפט און חכמות. ציוויליזאציע ווערט באקאנט מיט מענטשן וואס געהערן צו א גרופע פעלקער אדער מדינות וואס טיילן זיך מיט די זעלבע פרינציפן, ווי קולטור, רעליגיע און ווערטן, און אפשר שטאמען פון איין עטנישע גרופע. אזוי קענען זיי האבן ענליכע שרייבן סיסטעמען, געזעץ סיסטעמען און טראנספארט סיסטעמען.
די היינטיקע מערבדיקע ציוויליזאציע געפינט זיך אין מערב און צענטראלער אייראפע, צפון אמעריקע, אויסטראליע און ניי זילאנד.
עטימאלאגיע
קולטורעלע אידענטיטעט
"ציוויליזאציע" קען באדייטן די קולטור פון א קאמפלעקסער געזעלשאפט, און נישט נאר די געזעלשאפט אליין. יעדע געזעלשאפט האט א געוויסע זאמלונג פון געדאנקען און פירונגען, און א געוויסע גרופע פאבריקאציעס און קונסטן מיט וואס מען דערקענט יענע געזעלשאפט. במשך דער צייט טוט א ציוויליזאציע זיך אנטוויקלען אין פארוויקלטע קולטורן, וואס שליסן איין ליטעראטור, קונסט, ארכיטעקטור, רעליגיע און פירונגען פון דעם עליט.
די פארוויקלטע קולטור פארבונדן מיט ציוויליזאציע האט א טענדענץ צו פארשפרייטן און באאיינפלוסן אנדערע קולטורן, ווי אמאל טוט זיין אינגאנצן אסימילירן. למשל די כינעזישע ציוויליזאציע האט אזוי באאיינפלוסט די שכנותדיקע ציוויליזאציעס פון קארעא, יאפאן און וויעטנאם.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!