אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:האלב-דורכפירער"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:35, 22 נאוועמבער 2022
א האַלב־דורכפֿירער (ענגליש: semiconductor) איז א מאטריאל וואס זיינע עלעקטרישע דורכפירערדיקע אייגנשאפטן געפינען זיך צווישן די פון דורכפירערס און די פון איזלאטארן. די דורכפירערדיקע אייגנשאפטן פון א האלב־דורכפירער ענדערן זיך לויט געוויסע פאקטארן ווי למשל טעמפעראטור און אפדעקונג צו ליכט. האלב־דורכפירער מאטריאלן האבן א סך ניצן אין דעם געביט פון עלעקטראניק.
דער ערשטער אויספרואוו מיט א האלב־דורכפירער מאטריאל האט אויסגעפירט מייקל פאראדיי אין 1833. פאראדיי האט אויפגעדעקט אז דער עלעקטרישער קעגנשטעל פון זילבער-סולפיד גייט אראפ ווען מען הייצט אים.
האלב־דורכפירערס זענען דער יסוד פון מאדערנעם עלעקטראניק, איינשליסנדיק טראנסיסטארן, סאלארצעלן און ליכט-ארויסגעבנדיקער דיאדן.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|