אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פראצעסאר"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט פראצעסאר צו רוי:פראצעסאר אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:מעבד) |
||
שורה 12: | שורה 12: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מעבד]] |
רעוויזיע פון 14:31, 20 אפריל 2023
דער צענטראל־פראצעסאר (ענגליש: CPU - Central Processing Unit) איז א הארטווארג באשטאנדטייל אין א קאמפיוטער וואס פירט אויס די אנווייזונגען פון פראגראמען וואס זענען געשפייכלערט אין דעם זיכרון פונעם קאמפיוטער. מאדערנע מיקרא־פראצעסארן ווערן געבויט אויף אן איינצלנעם שפענדל.
לויטן פאן נוימאן ארכיטעקטור, די אנווייזונגען וואס דער פראצעסאר באקומט דערמעגליכן דעם פראצעסאר צו ליינען דאטן פונעם זיכרון, אויספירן אריטמעטישע, לאגישע און איינגאב/אויסגאב אפעראציעס אויף די דאטן.
אן אינטעגרירטער שטראמקרייז קען האבן עטליכע צענטראל־פראצעסארן אויף איין שפענדל.
צוויי וויכטיגע קאמפאנענטן פון א צענטראל־פראצעסאר זענען די אריטמעטיש-לאגישע איינהייט (ALU), וואס פירט אויס די אריטמעטישע און לאגישע אפעראציעס, און די קאנטראל איינהייט, וואס ברענגט די אנווייזוגען פונעם זיכרון און פירט זיי דורך.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!