אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חלב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "איבעריג" ב־"איבריג")
ק (הוספת קישור בינוויקי he:איסור אכילת חלב)
שורה 13: שורה 13:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:איסור אכילת חלב]]

רעוויזיע פון 14:26, 20 אפריל 2023

חלב (כיילעוו) איז די טיילן פעטנס פון א רינד וואס איז פארבאטן צו עסן פאר א אידן. אזוי ווי די פסוק זאגט אין פרשת שמיני כָּל חֵלֶב וְכָל דָּם לֹא תׁאכֵלוּ .

נישט אלע פעטנס פון א בהמה איז חלב, חז"ל זאגן אז נאר די טיילן פעטנס וואס די תורה רעכנט אויס אין פרשת צו פון א קרבן חטאת אז מען זאל דעמפן אויפן מזבח אט די טיילן זענען די פארבאטענע, די איבריגע ווערן אנגערופן שומן און מען מעג עס עסן.

די פאך פון אויסרייניגן א רינד פון חלב, ווערט אנגערופן "ניקור", א מענטש וואס איז באהאווענט אין די פאך ווערן אנגערופן א "מנקר", און אלגעמיין זענען דאס די שוחטים.

עס זענען דא געוויסע טיילן פון א רינד וואס קיינער איז נישט באהאווענט פונקטליך ווי אזוי צו אויסרייניגן דעריבער טוט מען עס אינגאנצען אפשניידן מיט די פלייש און די ביינער אין פארקויפן פאר גוים, ווי למשל די אינטערשטע 2 פיס מיטן גאנצן אינטישטן טייל, עס ווערט אנגערופן "חלק אחורנית".

חלב פון א פויגל אדער א חיה מעג מען עסן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!