אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טרעבלינקע"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט טרעבלינקע צו רוי:טרעבלינקע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:טרבלינקה) |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]] | ||
[[he:טרבלינקה]] |
רעוויזיע פון 14:25, 20 אפריל 2023
טרעבלינקע איז געווען איינע פון די טויט לאגערן אין פוילן ווי די אידן פון ווארשע זענען אומגעקומען, און פון די אומגעגנט.
בערך ניין הונדערט טויזנט מענטשן זענען דארט אומגעקומען, ניין און ניינציג פראצענט אידן, דאס איבריקע ציגיינער, און עטליכע הונדערט פוילישע.
די טויט מיטל איז געווען מיט גאז, און גאז קאמערן, וואס יידישע מענטשן פלעגן צו טאן די ארבעט, אזוי אויך איז געווען אינעם לאגער, א פלאץ ווי מען פלעגט סארטירן די קליידער, און נעמען גאלד, און זילבער פון די טויטע, און עס זענען געווען אידן, וואס פלעגן נעמען די טויטע קערפערס, לייגן אויף נעצן, מיט העלצער געווייקט אין נעפט, און פארברענען די קערפערס, דערפאר איז שטענדיק געווען א שווערע רויעך אין די געגנט פון טרעבלינקע.
אן אויפשטאנד איז פארגעקאמען אין די לאגער, און א טייל פון די צוואנגס ארבעטער, איז געלונגען צו אנטלויפן, דעמאלסט איז מען געוואר געווארן, וואס דאס איז טרעבלינקע, די לאגער איז געווארן פארניכטעט אינעם אויפשטאנד, און האט אויפגעהערט צו פינקציאנירן אין ענדע פון 43'.
היינט איז דארט א מוזעאם פון די חורבן, און אן אפצייכענונג פון א בית עלמין, וואס האט קברים, צו אפצייכענען די שטעט פון ווי טראנספארטן זענען געשיקט געווארן, און די לענדער.
אויסער פוילישע אידן, זענען דארט געברענגט געווארן אידן פון דייטשלאנד, עסטרייך, טשעכאסלאוואקיי, בולגאריע און גריכנלאנד.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!