אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לוד"
ק (החלפת טקסט – "שטעט אין ישראל" ב־"שטעט אין מדינת ישראל") |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:לוד) |
||
שורה 60: | שורה 60: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:לוד]] |
רעוויזיע פון 14:19, 20 אפריל 2023
|
לוד (אַראַביש: اللد אַל-לוד) איז א שטאָט אין דעם צענטער דיסטריקט פון ישראל. זיין שטח איז גרויס 12,226 דונאם. ס'האט מיט זיך אסאך היסטאריע, לויטן סטאטיסטיק דעפארטמענט (צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין לוד 66,600 איינוואינערס. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0 פראצענט. רוב זענען אידן. אבער ס'איז דא אסאך שלעגערייען צווישן די אראבער מיט זייערע שכנים, ס'איז באוויסט אלץ די קעפיטאל פאר דראג'ס, מ'שלאגט זיך דארט אפילו די פרומע מיט זייערע בתי מדרשים.
די שטאט האט נישט קיין געוויילטן שטאטראט, נאר א קאמיטעט באשטימט פון דער רעגירונג. דער פארזיצער איז מאיר ניצן.
לעבן לוד געפינט זיך בן גוריון פליפעלד, דאס גרעסטע אינטערנאציאנאלע פליפעלד אין ישראל.
לוד ווערט גערעכנט איינע פון די עלטסטע שטעט אין דער וועלט.
געאגראפיע
די שטָט לוד ליגן אין דעם צענטער פון א טאל, באקאנט אלס דער אונו טאל אָדער "שפלת לוד" אין דעם לשון פון דער משנה. רוב פונעם טאָל איז פלאך, אָבער נישט אינגאנצן גראד אזוי קען דאס רעגנוואסער אפרינען אין דעם אילון טייך.
אוראלט לוד ליגט ביים דרום ברעג פון נחל אילון, בשעת מאָדערנער לוד פאשפרייט זיך נאך מער דרום. אזוי ווי לוד ליגט אין א טאָל אָן נאַטירלעך שוץ, איז ער געווארן זייער גרינג צו ווערן איינגענומען.
געשיכטע
לוד איז שוין באזעצט געווארן אין אוראלטע צייטן, און איז איינע פון די עלטסטע שטעט אין לאנד, וואו עס האט נישט אויפגעהערט א יישוב פון מענטשן. מען האט געפינען איבערבלייב פון א יישוב אין דער נייער שטיין עפאכע. פון דעם איבערבלייב ווייזט אויס אז די באוואוינער פון לוד אין יענע צייטן האבן געוואוינט אין הייזער געמאכט פון ליים און געארבעט די ערד מיט מעטאַלע געצייג. די הויפט פראדוקטן וואס זיי האבן געוואקסן זענען ווייץ, גערשטן און לינזן. אין דערצו, האבן זיי געהאלטן סטאדעס פון שאף.
לוד איז שפעטער געווארן דער גרעסטער און מערסט אנטוויקלטער יישוב אין דעם געגנט.
שטאט עמבלעם
דעם שטאט עמבלעם האט געפלאנעוועט דער אַרכיטעקט און אינזשעניר וואָלף פּעווסנער. דער עמבלעם איז כּולל עטליכע מאטיפן:
- צוויי מאַסלינע צווייגן - סימבאליזירט די פילע מאַסלינע וועלדלעך וואָס זענען געווען אַ וויכטיגן באשטאנדטייל פון דער שטאָט'ס עקאנאמיע אין דער פאַרגאַנגענהייט.
- דער פסוק "ושבו בנים לגבולם" און די קינדער וועלן אומגעקערן צו זייער גרעניץ (ירמיהו קאפיטל לא, טו) סימבאליזירט א שטאט וואס נעמט אויף אימיגראנטן.
- אן אַנטיקער טויער - אַ סימבאָל פון דער שטאט'ס לאנגע היסטאריע.
- א געאקערט פעלד - סימבאליזירט די לאַנדווירטשאַפטליכע סביבה וואו די שטאָט ליגט.
- א גרויסער בוים.
צווילינג שטעט
זעט אויך
וועבלינק
צענטער דיסטריקט | ||
---|---|---|
גראפנשאפטן | ||
שטעט | אלעד · גבעת שמואל · הוד השרון · טייבה · טירא · יבנה · יהוד-מונוסון · כפר יונה · כפר סבא · כפר קאסם · לוד · מודיעין-מכבים-רעות · נס ציונה · נתניה · פתח תקוה · קאלאנסאווע · ראש העין · ראשון לציון · רחובות · רמלה · רעננה | |
לאקאלע ראטן | אבן יהודה · אליכין · באר יעקב · בית דגן · בני עי"ש · גדרה · ג'לג'וליה · גן יבנה · גני תקווה · זמר · כוכב יאיר צור יגאל · כפר ברא · מזכרת בתיה · סביון · פרדסיה · קדימה-צורן · קריית עקרון · שוהם · תל מונד | |
ראיאנראטן | ||
באראס |
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!